די 2020 דעמאָקראַטישע פּרעזידענטליכע פּריימעריס און קאָוקוסעס וועט זיין אַ סעריע פון ​​עלעקטאָראַלע פארמעסטן אָרגאַניזירט דורך די דעמאָקראַטישע פארטיי אויסצוקלויבן די 3,768 דעלעגאַטן צו די דעמאָקראַטישע נאַציאַנאַלע קאַנווענשאַן און באַשטימען די דעמאָקראַטישע נאַמינירטער פאַר פרעזידענט פון די פאַראייניגטע שטאַטן אין די אמעריקאנער 2020 פּרעזידענטליכע וואַלן. די וואלן וועלן אפגעהאלטן ווערן אין אַלע פופציג סטעיטס, די דיסטריקט אוו קאָלאָמביע און פינף אמעריקאנער טעריטאָריעס. באזונדערע 764 אומפארבונדענע דעלעגאַטן - גערופן "סופּערדעלעגאַטן", אַריינגערעכנט פּאַרטיי פירער און ערווילטע באאמטע, וועט באשטימט ווערן דורך די פּאַרטיי פירערשאַפט זעלבסטשטענדיג פון די פּריימערי עלעקטאָראַלע פּראָצעס. די קאַנווענשאַן וועט אויך באשטעטיגן די פּאַרטיי'ס פאליטישע פּלאַטפאָרמע און וויצע-פּרעזידענטליכע אויסוואהל.

נאָך די 2016 פּרעזידענטליכע וואלן, זענען פארגעשטעלט געווארן באדייטענע ענדערונגען וואָס וואָלט געטוישט די נומער און ראָלע פון ​​די סופּערדעלעגאַטן אין די נאַמינאציע פּראָצעס. די ענדערונגען זענען אריינגעשטעלט געווארן אין קראפט אום אויגוסט 25, 2018, וואָס וועט לאָזן סופּערדעלעגאַטן שטימען אויף דער ערשטער בעלאט (שטימצעטל) אין אַ קאַנווענשאַן בלויז אויב עס זענען אהן קעגענערשאפט.


די קאנדידאטן

ריטשארד אָדזשעדאַ

ערפארונג: וועסט ווירזשיניע סטעיט סענאַטאָר פון 2016 ביז 2019.
פּראָגרעס: געמאלדן זיין קאמפיין נאוועמבער 11, 2018, און סוספענדירט דעם קאמפיין יאַנואַר 25, 2019.
לינקס: עף.אי.סי. פיילינג

דזשעי אינסלי

ערפארונג: קאנגרעסמאן פון וואשינגטאן סטעיט פון 1993 ביז 1995, נאכאמאל קאנגרעסמאן פון וואשינגטאן סטעיט פון 1999 ביז 2012, גאָווערנאָר פון וואַשינגטאָן זינט 2013.
פּראָגרעס: געעפנט זיין קאמפיין מערץ 1, 2019.
לינקס: עף.אי.סי. פיילינג, קאמפיין וועבסייט

בעטאָ אָ’ראָורקע

ערפארונג: קאנגרעסמאן פון טעקסאס פון 2013 ביז 2019.
פּראָגרעס: געעפנט זיין קאמפיין מערץ 14, 2019.
לינקס: קאמפיין וועבסייט

פּיטער בוטידזשעדזש

ערפארונג: מעיאר פון סאוט בענד, אינדיאַנאַ זינט 2012.
פּראָגרעס: געעפנט א עקספּלאָריטאָרי קאמיטעט פעברואר 23, 2019.
לינקס: קאמפיין וועבסייט

קאָורי בוקער

ערפארונג: מעיאר פון ניוארק, ניו דזשערזי פון 2006 ביז 2013, סענאַטאָר פון ניו דזשערזי זינט 2013.
פּראָגרעס: געעפנט זיין קאמפיין פעברואר 1, 2019.
לינקס: עף.אי.סי. פיילינג

טולסי גאבארד

ערפארונג: קאנגרעספרוי פון האוואאי זינט 2013.
פּראָגרעס: געעפנט איר קאמפיין יאַנואַר 11, 2019.
לינקס: עף.אי.סי. פיילינג, קאמפיין וועבסייט

ענדרו גילום

ערפארונג: מעיאר פון טאַלאַהאַסי, פלאָרידע פון 2014 ביז 2018.
פּראָגרעס: פלאנט צו מעלדן מערץ 20, 2019.
לינקס: עף.אי.סי. פיילינג, קאמפיין וועבסייט

קירסטין דזשיליבראנד

ערפארונג: קאנגרעספרוי פון ניו יארק פון NY-20 (2007 ביז 2009, סענאַטאָר פון ניו יארק זינט 2009.
פּראָגרעס: געעפנט א עקספּלאָריטאָרי קאמיטעט יאַנואַר 15, 2019. געעפנט איר קאמפיין מערץ 17, 2019.
לינקס: עף.אי.סי. פיילינג, קאמפיין וועבסייט

דזשאַן דעלאַני

ערפארונג: קאנגרעסמאן פון מערילאנד פון 2013 ביז 2019.
פּראָגרעס: געעפנט זיין קאמפיין יולי 28, 2017.
לינקס: קאמפיין וועבסייט

דזשאן היקאנלאָפער

ערפארונג: מעיאר פון דענווער, קאָלאָראַדאָ פון 2003 ביז 2011, גאָווערנאָר פון קאָלאָראַדאָ פון 2011ביז 2019).
פּראָגרעס: געעפנט זיין קאמפיין מערץ 4, 2019.
לינקס: עף.אי.סי. פיילינג, קאמפיין וועבסייט

קאמאלא העריס

ערפארונג: אטורני דזשענעראל פון קאַליפאָרניאַ פון 2011 ביז 2017, סענאַטאָר פון קאַליפאָרניאַ זינט 2017.
פּראָגרעס: געעפנט איר קאמפיין יאַנואַר 21, 2019.
לינקס: עף.אי.סי. פיילינג, קאמפיין וועבסייט

עליזאבעט ווארען

ערפארונג: סענאַטאָר פון מינעסאָטאַ זינט 2007.
פּראָגרעס: געעפנט א עקספּלאָריטאָרי קאמיטעט דעצעמבער 31, 2018. געעפנט איר קאמפיין פעברואר 19, 2019.
לינקס: עף.אי.סי. פיילינג, קאמפיין וועבסייט

מעריען וויליאַמסאָן

ערפארונג: לערער און ביזנעספרוי.
פּראָגרעס: געעפנט א עקספּלאָריטאָרי קאמיטעט נאוועמבער 15, 2018. געעפנט איר קאמפיין יאַנואַר 28, 2019.
לינקס: עף.אי.סי. פיילינג, קאמפיין וועבסייט

ענדרו יאַנג

ערפארונג: ביזנעסמאן און אקטיוויסט.
פּראָגרעס: געעפנט זיין קאמפיין נאוועמבער 6, 2017.
לינקס: עף.אי.סי. פיילינג, קאמפיין וועבסייט

וועין מעסאַם

ערפארונג: מעיאר פון מייראמאר, פלאָרידע זינט 2015.
פּראָגרעס: געעפנט א עקספּלאָריטאָרי קאמיטעט מערץ 13, 2019.
לינקס: קאמפיין וועבסייט

בערני סענדערס

ערפארונג: מעיאר אין בורלינגטאן, ווערמאָנט פון 1981 ביז 1989, קאנגרעסמאן פון ווערמאָנט פון 1991 ביז 2007, סענאַטאָר פון ווערמאָנט זינט 2007.
פּראָגרעס: געעפנט זיין קאמפיין פעברואר 19, 2019.
לינקס: עף.אי.סי. פיילינג, קאמפיין וועבסייט

עריק סוואַלוועל

ערפארונג: קאנגרעסמאן פון קאליפארניע זינט 2013.
פּראָגרעס: געעפנט זיין קאמפיין אפריל 8, 2019.
לינקס: עף.אי.סי. פיילינג, קאמפיין וועבסייט

דזשוליאַן קאַסטראָ

ערפארונג: מעיאר פון סאַן אַנטאָניאָ, טעקסאַס פון 2009 ביז 2014, אמעריקאנער האוזינג סעקרעטאַר פון 2014 ביז 2017.
פּראָגרעס: געעפנט א עקספּלאָריטאָרי קאמיטעט דעצעמבער 12, 2018. געעפנט זיין קאמפיין יאַנואַר 12, 2019.
לינקס: עף.אי.סי. פיילינג, קאמפיין וועבסייט

עימי קלאבוטשער

ערפארונג: סענאַטאָר פון מינעסאָטאַ זינט 2007.
פּראָגרעס: געעפנט איר קאמפיין פעברואר 10, 2019.
לינקס: עף.אי.סי. פיילינג, קאמפיין וועבסייט

טים רייעןָ

ערפארונג: קאנגרעסמאן פון אהייא זינט 2003.
פּראָגרעס: געעפנט זיין קאמפיין אפריל 4, 2019.
לינקס: עף.אי.סי. פיילינג, קאמפיין וועבסייט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל