אין די לעצטע פאר טעג האבן צוויי ערנסטע דעמאקראטישע קאנדידאטן פאָרמאַל געעפנט זייער פרעזידענטליכע קאמפיין פאר די דעמאקראטישע פריימעריס. הויפטזענליך די צוויי סענאטארן עליזאבעט ווארען פון מאסאטשוסעטס, און עימי קלאבוטשער פון מינעסאטע.

ווארען און קלאבוטשער זענען ביידע מער מיטל-שטרעמיגע קאנדידאטן, וועלכע ווערן באטראכט אלס מער צענטריסטיש ווי די אנדערע קאנדידאטן, אבער קלאבוטשאר האט א רעפוטאציע פאר׳ן זיין אומפארטייאישע אויף פילע אנלעגנהייטן, און ווארען האט זיך געשאפן א רעפוטאציע אלס שטארקע קעמפערין פאר רעגולאציעס אויף די בענק און פינאנציעלע אינסטיטוציעס.

דערווייל האבן שוין 15 קאנדידאטן דערקלערט אז זיי לויפן אין די דעמאקראטישע פריימעריס, 9 פון זיי וועלכע ווערן באטראכט אלס ערנסטע קאנדידאטן וועלכע האבן א שאנס צו געווינען, דאס נעמט אריין אויסער די אויבנדערמאנטע, סענאטאר קאורי בוקער, סענטארשע קריסטין דזשיליבראנד, דשוליאן קאסטרא, און סענאטארשע קאמאלע העריס.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל