טראץ אפטימיסטישע באריכטן וועלכע זענען געקומען פאריגע וואך פון די רעפובליקאנער פארשטייער אין די געשפרעכן איבער אן אפמאך צווישן ביידע פארטייען צו דורכפירן א בודזשעט מיט גרעניץ זיכערהייט, קומען אבער אפיר באריכטן אז די געשפרעכן זענען דערווייל אדורכגעפאלן, און ביידע זייטן זענען געבליבן פארפאנצערט אין זייער שטעלונגען. אין א פרואוו צו באנייען די געשפרעכן וועט היינט פארקומען א זיצונג צווישן הויכע מיטגלידער אין די אפראפריאציעס קאמיטע, קאנגרעסלייט ניטא לאווי פון ניו יארק און פעטריק ליעהי פון ווערמאנט פונעם דעמאקראטישן זייט, און קעי גראנגער פון טעקסאס און ריטשארד שעלבי פון אלאבאמא אויף די רעפובליקאנער זייט.

די יעצטיגע שטרויכלונג איז נישט איבער דעם גרעניץ וואנט, נאר איבער די צאל טורמע צעלן פאר אימיגראציע ארעסטאנטן. דעמאקראטן אנטזאגן זיך צו העכערן די צאל טורמע צעלן, זאגנדיג אז דאס וועט פירן צו לענגערע ארעסט טערמינען פון אומלעגאלע אימיגראנטן. אויב די זייטן קומען נישט צו א פארשטענדעניש, קען דאס פירן צו א פרישע שאטדאון דעם פרייטאג.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל