דער פּאַרליאַמענט אין עגיפטן האט אנגעהויבן אנגרייטן א געזעץ וועלכע ווערט פארלענגערן דעם טערמין פונעם עגיפטישער פרעזידענט אבדול פאטאח על-סיסי וועלכע האט ביים זיך ענדיגן אין 2022 אונטער די יעצטיגע קאנסטיטוציע. אבער פאר א דיקטאטור ווי על-סיסי, איז דער קאנסטיטוציע בלויז א טעכנישע שוועריגקייט, און ער האט באפוילן די לעגיסלאטיווע פירער אינעם פּאַרליאַמענט צו טוישן דאס געזעץ.

על-סיסי האט געדינט אלס מיליטערישער פירער, און האט אראנזשירט דעם פוטש קעגן דעם דעמאקראטיש ערוויילטער מוכאמעד מורסי, און זינט דאן טוט ער צעמענטירן זיין מאכט מיט אלע מיטלען, אריינגערעכנט אומברענגען און פייניגען קעגנער און ארעסטירן פאליטישע אפאזיציע פיגורן.

על-סיסי זאגט אז דאס איז נויטיג, וויבאלד ער דארף ענדיגן די מיסיע פון באקעמפן אייסיס. אבער שטייענדיג אכט יאר נאך די עגיפטישע רעוואלוציע וועלכע האט אומגעווארפן די רעזשים פון מובאראק, קוקט אויס אז עגיפטען וועט ווידער פארוואנדלט ווערן אין פולשטענדיגע דיקטאטורישע רעזשים.

עגיפטישער פרעזידענט אבדול פאטאח על-סיסי ביי די 32'סטער אפריקאנער יוניאן סאמיט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל