מיליאנען איראנער האבן זיך באטייליגט אין די לעצטע טעג אין עפנטליכע פאראדעס און מארשן צו פייערן די פערציגסטע יארטאג פון דעם איסלאמישן רעוואלוציע אין וועלכע דער איאטאלע כומעיני האט אומגעווארפן דעם רעזשים פונעם שאך און געגרונדעט דעם איסלאמישע רעזשים וואס געוועלטיגט ביז היינט איבער איראן. דער יעצטיגער איאטאלע כומעיני האט זיך געלאזט הערן ביי די געלעגנהייט, און געשיקט ווארנונגען צו אמעריקע און מדינת ישראל. צווישן אנדערע האט ער געזאגט ״מיר זאגן טויט צו אמעריקע, אבער מיר מיינען נישט דעם אמעריקאנער פאלק, מיר מיינען טראמפ, פאמפעיא, און באלטאן״. גלייכצייטיג האבן טויזנטער איראנער געעפנט א קאמפיין אויף סאציאלע מידיע צו פראטעסטירן דעם רעזשים, פילע פון זיי האבן ריזיקירט זייער זיכערהייט מיט׳ן שרייבן ״טויט צו כומעיני״ און ענליכע אנטי-רעזשים סענטימענטן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל