די דויטשע קאנצלערין אנגעלע מערקעל האט נעכטן באנייט - אין די אנוועזנהייט פון איר רעגירונג און שפיאנאזש הויפטן - די שפאגל נייע הויפטקווארטירן פאר די דייטשע שפיאנאזש דינסט, א קאמפלעקס וועלכע האט אפגעקאסט איבער אנדערהאלבן ביליאן דאלער צו בויען, און שפרייט זיך אויס אויף א גיגאנטישע שטח פון איבער 64 אקערלאנד.

די דעטאלן פון די געביידע, און וויאזוי עס וועט גענוצט ווערן, ווערט געהאלטן א געהיימניס. מערקעל האט אין אירע באמערקונגען אונטערגעשטראכן אז די נייע טעכנאלאגישע וועלט פאדערט גאר פארגעשריטענע שפיאנאזש מיטלן צו באקעמפן פיינטליכע עלעמענטן אין דייטשלאנד און אין אויסלאנד.

דער געביידע, וועלכע זיצט אין צענטער פון בערלין, איז דער וועלט'ס-גרעסטע שפיאנאזש קאמפלעקס, און וועט דינען אלס דער היים פון דער בי-ענד-די שפיאנאזש אגענטור מיט אירע זיבן טויזנט ארבעטער. דייטשע באאמטע זאגן אז איר הויפט מיסיע איז צו באקעמפן טעראר און סייבער פארברעכנס.




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל