דער אונגארישער רעגירונג האט דורכגעפירט א שטייער רעפארם, אונטער וועלכע פאמיליעס מיט פיר אדער מער קינדער וועלן זיין גענצליך פריי פון צאלן שטייערן, אין צוגאב צו הילף וואס זיי וועלכע נאך קריגן פון די רעגירונג. דאס איז א טייל פון א ברייטערע פרואוו פון די רעגירונג צו באקעמפן די א דעמאגראפישע זארג אז ווייסע אייראפעאיער ווערן א מינאריטעטן אין אייראפע צוליב די דראסטיש נידריגע געבורט ראטע, און גלייכצייטיג די מאסן אימיגראציע פון מיטל מזרח לענדער און אפריקע.

אויסער דעם שטייער פארציכטונג, וועט אויך יעדע פארפאלק וואס האט פארהייראט, זיין בארעכטיגט צו א הלוואה פון 36 טויזנט דאלער צו קויפן א דירה, און וועלן האבן צענדליגע יארן עס צו צוריקצאלן אהן קיין פראצענטן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל