דער דעמאקראטישער קאנגרעסמאן פון קאַליפאָרניע עריק סוואַלוועל האט נעכטן געמאלדן אז ער שפרונגט אריין אינעם דעמאקראטישן פארמעסט פאר פרעזידענט. סוואַלוועל האט זיך געשאפן א נאציאנאלע רעפוטאציע מיט זיין אויסגעשפראכענע קעגנערשאפט צו פּרעזידענט טראָמפּ אין קאנגרעס, און מיט זיין שטייפע שטעלונג איבער גאן קאנטראל' וועלכער ער זוכט צו שטעלן אין צענטער פון זיין קאמפיין. סוואַלוועל וועט זיין דער 15'טער ערנסטער קאנדידאט אינעם פארמעסט. אין די זעלבע צייט צייגן אנקעטעס, אז אויב זאל דזשאו ביידען באשליסן אריינצוטאנצן, געניסט ער פון די מערסטע שטיצע צווישן דעמאקראטן מיט איבער צוואנציג פראצענט.
סוואַלוועל איז געווען אין די נייעס - נישט לאנג צוריק, ווען ער האט איבערגעזאגט א באקאנטע שטיקל חיזוק פון הרה"ק רבי נחמן מ'ברסלב אין די קאנגרעס טשעמבער. זעהט ווידיא פון יענע רעדע.
סוואַלוועל איז געווען אין די נייעס - נישט לאנג צוריק, ווען ער האט איבערגעזאגט א באקאנטע שטיקל חיזוק פון הרה"ק רבי נחמן מ'ברסלב אין די קאנגרעס טשעמבער. זעהט ווידיא פון יענע רעדע.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה