וואשינגטאן – א מערקווירדיגע זאך איז באריכטעט געווארן אין דער אלגעמיינער מידיא, אז א נישט-אידישער קאנגרעסמאן האט זיך באנוצט מיט א ווארט פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע ביי א פארהער אין קאנגרעס. די רעדע איז פונעם דעמאקראטישן קאליפארניער קאנגרעסמאן, עריק סוואלוועל, וועלכער האט אנטיילגענומען ביי א פארהער אין די קאנגרעסיאנאלע יורידישע קאמיטע, וואו מען האט פארהערט דעם דעפיוטי אטוירני דזשענעראל ראד ראזענסטיין (גראדע יא א איד), איבער די אנגייענדיגע אויספארשונגען ארום טראמפ און רוסלאנד, און ספעציפיש איבער דעם וואס פילע רעפובליקאנער פארפירן אז דער פראקוראר ראבערט מוללער פירט א לעכעריגן פאליטיק-באאיינפלוסטן אויספארשונג. קאנגרעסמאן סוואלוועל האט אויסגעלויבט ראזענסטיין פאר'ן זיין אויפריכטיג און פאר'ן פארטיידיגן די מוללער אויספארשונג, זאגנדיג צו אים "מיסטער דעפיוטי אטוירני דזשענעראל, דיין אויספארשונג איז זייער א שמאלע בריק, און די וויכטיגסטע זאך איז, נישט צו מורא האבן". קאנגרעסמאן סוואלוועל האט שפעטער געזאגט פאר א רעפארטער אז ער האט גענומען די ווערטער פונעם "ראביי נחמן אוו ברעצלאוו", וואס ווי באקאנט שרייבט ער די ווערטער "כל העולם כולו גשר צר מאוד, והעיקר שלא לפחד כלל".

הוסף רשומת תגובה