איטאליע – א נייער נאציאנאלער אידישער מוזעאום האט זיך געעפנט אין איטאליע, און עס פארמאגט גאר אינטערעסאנטע און היסטארישע אויסשטעלונגען, צווישן אנדערן אן אויסלייג וואס ווערט אנגערופן "די ערשטע טויזנט יאר פון אידישן לעבן אין איטאליע", אנגעהויבן פון אור-אלטע רוימישע צייטן ביז מיטל-אלטער. דער נייער מוזעאום איז אוועקגעשטעלט געווארן אין א קאמפלעקס פון געביידעס וועלכע האבן אמאל געדינט אלס א טורמע אין דער שטאט פערארא, א היסטאריש שטעטל צווישן די איטאליענער שטעט ווענעציע און באלאניע, וואס פערארא האט געהאט א הערליכע אידישע געמיינדע מיט פילע יארן צוריק. די קאנסטרוקציע פונעם מוזעאום האט אפגעקאסט 55 מיליאן דאלאר, וואס די רעגירונג האט פולקאם געדעקט, און ביי דער ערעפענונג צערעמאניע פונעם מוזעאום האט זיך באטייליגט, אינאיינעם מיט אידישע געמיינדע פירער, אויך דער איטאליענער פרעזידענט סערגיא מאטארעלא.

בילד: נייער אידישער מוזעאום אין איטאליע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל