טריפאלי – דאס איטאליענער מיליטער וויל אז די ליביער קאוסט-גארד קרעפטן זאלן איבערנעמען קאנטראל פון די וואסערן וועלכע טיילן אפ צווישן די צוויי לענדער, טראץ וואס די ליביער קאוסט גארד איז דערווייל שטארק צעשפליטערט און פארמאגט נישט קיין געהעריגן קאנטראל אויף אירע אייגענע קרעפטן. אין די לעצטע זעקס יאר, זינט מואמאר קאדאפי איז אראפגעווארפן געווארן פון בענקל אין ליביע, איז דאס לאנד צעשפליטערט צווישן צוויי קעגנערישע רעגירונגען, און מער ווי זעקס הונדערט טויזנט ליביער בירגער זענען שוין אנטלאפן פון ליביע דורכ'ן וואסער, קיין איטאליע און אנדערע ארומיגע לענדער, און ביז יעצט האט דאס איטאליענער מיליטער קאנטראלירט און פאטראלירט די וואסערן, צו פרובירן און בלאקירן די אומלעגאלע וואסער-שמוגלערייען. דאס האט אפגעקאסט פאר איטאליע מיליאנען דאלארן און איז זייער אומפאפולער ביים איטאליענער פאלק, וויל דעריבער אצינד איטאליע אז ליביע'ס קאוסט גארד זאל איבערנעמען די אפעראציעס.

בילד: איטאליע און ליביע קאוסט גארד דיעל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל