וואשינגטאן - באריכטן צייגן אז ראבערט מוללער, וועלכער פירט די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג, האט געלייגט א האנט אויף צענדליגער טויזנטער אימעילס פונעם טראמפ טראנזישאן. צווישן די אימעילס, זענען טויזנטער געשריבן געווארן דורך דזשעראד קושנער, און מוללער נוצט די אימעילס פאר פראגעס ביי זיינע אויספארשונגען אויף טראמפ קאמפיין באאמטע. טראמפ אקטיוויסטן האבן רעאגירט צו די נייעס מיט אויפברויז, זאגנדיג אז מוללער האט געלייגט א האנט אויף די אימעילס אויף אן אומלעגאלן פארנעם.

אין אנדערע נייעס האט מען נעכטן געהערט פון קאנגרעספרוי דזשעקי ספּייער, אז זי גלייבט אז טראמפ גייט אויפזאגן מוללער פון דער רוסלאנד אויספארשונג. ספייער זאגט אז לויט ווי זי הערט, וועט טראמפ אויפזאגן מוללער נאכדעם וואס קאנגרעס וועט גיין אהיים צו די חגאות די וואך פרייטאג דעצעמבער 22.

בילד: מוללער שאפט טראנזישאן אימעילס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל