וואשינגטאן - דער רעפובליקאנער פלארידע סענאטאר מארקא רוביא האט פרייטאג געמאלדן אז ער וועט למעשה יא שטימען פאר דעם רעפובליקאנער שטייער רעפארם ביל. רוביא׳ס מעלדונג קומט נאכדעם וואס מען האט נאכגעגעבן זיין פארלאנג און געהעכערט די וויכטיגע ״טשיילד טעקס קרעדיט״, פאר וועלכע ער האט העפטיג געקעמפט. מען האט אויך געהערט פונעם רעפובליקאנער סענאטאר באב קאורקער אז ער וועט למעשה שטימען פאר׳ן ביל, נאך עטליכע טעג וואס ער איז נישט געווען זיכער. עס זענען אבער פארבליבן 3 רעפובליקאנער סענאטארן וואס זענען אומזיכער, מייק לי, סוזען קאלינס און דזשעף פלעיק, און די רעפובליקאנער וועלן מוזן איבערצייגן כאטש איינעם פון די 3 צו שטימען פאר׳ן ביל, ווען עס וועט אויפקומען פאר אן אפשטימונג דינסטאג.

בילד: רוביא וועט יא שטיצן שטייער ביל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל