וואשינגטאן - די טראמפ אדמיניסטראציע האט ארויסגעשטעלט נייע רעגולאציעס פאר לענדער וואס זייערע בירגער קענען אריינקומען אין אמעריקע אָן קיין וויזאס. עס זענען פארהאן 38 לענדער וואס האבן אפמאכן מיט דער אמעריקאנער רעגירונג אז זייערע בירגער דארפן נישט קיין וויזאס, און די נייע רעגולאציע פארלאנגט אז די אלע לענדער זאלן נוצן די אמעריקאנער קאנטער-טעראריזם ליסטע איבערצוקוקן די היסטאריע פון זייערע בירגער וואס ווילן קומען קיין אמעריקע. נאך א נייע רעגולאציע פארלאנגט פון די לענדער, בעסער נאכצוקוקן אזעלכע בירגער וואס פארלעצן זייער טראוועל פערמיטן און פארבלייבן אין אמעריקע לענגער ווי זיי האבן ארויסגענומען ערלויבעניש. רעקארדס צייגן אז בירגער פון גריכנלאנד, פארטוגאל און אונגארן זענען אין 2016 געווען די גרעסטע פארלעצער אויף דעם געביט.

בילד: נייע רעגולאציעס פאר קיין-וויזא לענדער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל