אין א צייט ווי פרישע קאנדידאטן ערשיינען וואו שוועמל נאך רעגן, האט זיך בעטאָ אָ'ראָורקע - א געוועזענע דעמאקראטישע קאנגרעסמאן פון טעקסאס וואס האט שיעור באזיגט טעד קרוז פון זיין סענאט זיץ - נעכטן אנגעשלאסן אין די פארמעסט צו ווערן דער דעמאקראטישע קאנדידאט פאר פרעזידענט אין 2020.
ער האט ארויסגעגעבן א ווידיא וואו ער רופט אמעריקאנער אוועקצולייגן זייערע דיפערענצן און צוזאמען קאנפראנטירן די שוועריגקייטן וואס די לאנד שטייט אויס. "דאָס איז אַ דעפינירענדע מאָמענט פון אפנקייט פאַר דעם לאַנד און פאַר יעדעם איינעם פון אונז," האט דער 46-יעהריגער געזאגט אין די ווידיא מעלדנדיג זיין קאַנדידאַטור. "די טשאַלאַנדזשעס וואס מיר שטייען איצט אויס, די פארקניפטע קריזיס אין אונזער עקאנאמיע, אונזער דעמאָקראַטיע און אונזער קלימאַט האָבן קיינמאָל געווען גרעסער".
הוסף רשומת תגובה