א קאָנעטיקוט געריכט האט געאורטיילט אַז פאמיליעס פון קינדער וואס זענען גע'הרג'עט געווארן אין די 2012 סענדי הוק מאַסן שיסעריי, קענען וויטער גיין מיט'ן קלאגן די אמעריקאנער ביקס-פאַבריקאַנט רעמינגטאָן. אין אַ 5-4 אפשטימונג, האט די סטעיט'ס סופרים קאָורט געזאגט אז די פּראָצעס קען פאראויסגיין, אויף די באזיס פון סטעיט קאַנסומער פּראָטעקשאָן געזעצן.

די ביקס איז גענוצט געווארן דורך עדעם לאַנזאַ, וואָס האָט אומגעברענגט 27 מענטשן, אַריינגערעכנט 20 עלעמענטאַרע שולע סטודענטן. די אורטייל איז אַ זעלטענע לעגאַלע דורכפאל פאַר אַ געווער פירמע אין אַ מאַסן שיסעריי קעיס. די לאָוסוט, דורך קרובים פון ניין וויקטימס און איין לעבנגעבליבענער, ווייזט אָן אויף די "מיליטאַריסטישע" מארקעטינג פון רעמינגטאָן'ס אַר-15 ביקס. פאַרהאַנדלונג האבן ערשט געליטן פון פארשפעטונגען, נאָכדעם וואס די פירמע האט גע'פייל'ד באַנקראָט פאריגע יאָר אין צוליב אפגעשוואכטע סעילס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל