נאך צוויי דעמאקראטישע פאליטיקאנטן האבן געמאלדן אז זיי וועלן אריינטאנצן אין די 2020 פרעזידענטליכע פארמעסט.

 דזשוליאן קאסטרא האט היינט אין א רעדע אין סאן אנטאניא, טעקסאס, אפיציעל געמאלדן זיין פלאן צו לויפן אין די 2020 פארמעסט. דער ספּאַנישער דזשוליאן קאסטרא איז געווען די האוזינג סעקרעטאר אונטער פרעזידענט אבאמא, און האט געדינט אלס מעיאר פון סאן אנטאניא, טעקסאס. זיין מאמע איז אן פאליטישע אקטיוויסט, און ווי אויך איז זיין ברידער א קאנגרעסמאן.

די צווייטער איז טולסי גאבארד, א דעמאקראטישע קאנגרעספרוי פון האוואאי, וואס האט געדינט אין די נעשאנעל גארד אין איראק, אין א שטארקע שטיצער פון בערני סאנדערס. אין איר רעדע פרייטאג האט זי געזאגט אז זי וויל ארבעטן אויף א קרימינאל יוסטיץ רעפארם, קלימאט טויש און אויף א נייע העלט קעיר.

 דזשוליאן קאסטרא

באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל