דמשק - די סירישע מיליטער האט געזאגט אז מדינת ישראל האט ווידער באמבאדירט אין סיריע, אבער רוב ראקעטן דערפון זענען אראפגעשאסן געווארן. די פונקטליכע שאדן פון די אטאקע איז נאכנישט קלאר, אבער באריכטן גיבן איבער אז צוויי ווערהאוזעס ווי עס ווערן געהאלטן וואפן פון איראן און כיזבאלא זענען געשעדיגט געווארן.

מדינת ישראל טוט באמבאדירען סיריע אין די לעצטע יארן, אלס טייל פון זייער קאמפיין נישט צו לאזן איראן זיך באזעצן אין סיריע, און לויט א באריכט האט שוין מדינת ישראל דורכגעפירט איבער צוויי הונדערט אטאקעס.

  

באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל