באָראָ פּאַרק - א פייער האט אויסגעבראכן שב"ק נאָכמיטאָג אין אַ אַפּאַרטמענט געביידע אויף 13'טע עוועניו. די פייער דעפארטמענט פארשט נאך וואָס האט געברענגט די פייער וואָס אויסגעבראכן אויף 5324 13'טע עוועניו. זעקס אפארטמענטס, ווי אויך יוסי'ס פיש מאַרקעט אויף דער ערשטער שטאָק פון דעם קאָמפּלעקס, האבן געליטן שאדן, מערסטנס פון וואַסער. קיין פארוואונדעטע זענען געמאלדן געווארן.

זעקס פאמיליעס זענען געבליבן אהן א דאך איבער'ן קאפ, אריינגערעכנט איין אידישע פאמיליע. די אמעריקאנער דער קראָס האט געשיקט א טראָק אנגעפילט מיט סופלייס פאַר די פאמיליעס. זיי האבן אויך צוגעשטעלט פאר יעדעם אַ האָטעל צימער פאַר די קומענדיגע נעכט, ביז אַ פערמאנאטער לייזונג קען אראזשירט ווערן. אסעמבלימאן שמחה אייכנשטיין איז געווען אנוועזנד ביי די סצענע.




באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל