די ליבעראלע סענאטארשע פון מאסאטשוסעטס עליזאבעט ווארען האט היינט אפיציעל געמאלדן אז זי גרייט זיך צו לויפן פאר פרעזידענט און זיך פארמעסטן אין די דעמאקראטישע פריימעריס. זי האט געמאלדן איר באשלוס אין א אימעיל צו אירע שטיצער און ארויסגעגעבן א ווידיא אין וועלכע זי לייגט ארויס איר וויזיע און די נושאים איבער וועלכע זי גרייט זיך צו קאמפיינען. ווארען איז שוין לאנגע יארן די צענטראלע קעמפער קעגן די גרויסע בענק און קארפעראציעס, און זי איז געזעהן געווארן אלס א שטארקע מעגליכקייט אריינצושפרונגען אינעם פארמעסט. זי איז די ערשטע ערנסטע קאנדידאט צו אריינשפרונגען אין א פארמעסט וועלכע איז ערווארטעט צו ארייננעמען צענדליגע קאנדידאטן, און דערמיט האט זי געעפנט דעם 2020 פרעזידענטליכע קאמפיין.



ווארענונג: נשים אין די ווידיא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל