דער פראמינענטער פיר שטערנדיגער פענסיאנירטער גענעראל סטענלי מעקקריסטאל - וועלכער האט זיך נאציאנאל באקאנט געמאכט נאכדעם וואס פרעזידענט אבאמא האט אים געבעטן צו רעזיגנירן פאר׳ן מאכן פאליטישע קאמענטארן צו א מאגאזין - איז נעכטן ווידער ארויפגעקומען אויף די נאציאנאלע ארענע ווען ער האט אין אן אינטערוויו גאר שארף אראפגעריסן פרעזידענט טראמפ, ווען ער איז געפרעגט געווארן אויב ער וואלט געוואלט ארבייטן אין די טראמפ אדמיניסטראציע האט ער געזאגט ״איך קען נאר ארבייטן מיט מענטשן וואס האבן דאס מינימנאלע עטישקייט און באגלויבטקייט, פרעזידענט טראמפ איז אן אוממארלישער מענטש און א ליגנער״. א גאר אומגעווענליך שארפע סטעיטמענט פון א גענעראל, וועלכער איז געזעהן געווארן אלס איינער וואס באלאנגט צום רעכטן לאגער.


ווארענונג: נשים אין די ווידיא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל