דער ארויסגייענדער שטאב הויפט פונעם ווייסן הויז דזשאן קעלי האט זיך נעכטן געזעצט פאר לענגערע אינטערוויו מיט׳ן "לאס אנדזשעלעס טיימס", אין וועלכע ער האט אנגערירט א רייע טעמעס און סקאנדאלן וועלכע האבן געפלאגט דעם ווייסן הויז אונטער זיין זייגער. ער האט אין זיינע באמערקונגען זיך אויך באצויגן צום אנגייענדן רעגירונג שאט-דאון איבער דעם גרעניץ וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא, זאגנדיג אז פרעזידענט טראמפ האט אויך שוין איינגעזעהן אז בויען א פיזישע צעמענטענע וואנט ביים גרעניץ איז אומפראקטיש און נישט רעאליסטיש, און אז ער זוכט אצינד צו באקומען די ביליאנען דאלער פאר׳ן וואנט אבער פאקטיש וויל ער עס נוצן פאר טעכנאלאגישע מיטלן און טיילווייזע אייזערנע צוימען צו בעסער באשוצן דעם עקזיסטירנדע גרעניץ. פרעזידענט טראמפ האט היינט אין א טוויט געלייקענט דעם באהויפטונג, און געזאגט אז ער וויל יא א ריכטיגע צעמענטענע וואנט.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל