דזשארדזש לאניגער, א פראנצויזישער איד וועלכער האט געראטעוועט איבער דריי הונדערט און פופציג קינדער דורכאויס דעם צווייטן וועלט קריג, איז געשטארבן דעם פרייטאג אין זיין היים אין פראנקרייך אין טיפן עלטער פון 108 יאר. ער איז געבוירן צו א אידישע פאמיליע אין שטראסבורג, און ביים קריג האט ער זיך אנגעשלאסן אין די פראנצויזישע ארמיי, ער האט פארברענגט לאנגע חדשים אין נאצי געפענגעניש אלס פראנצויזישע זעלנער וויבאלד זיי האבן נישט געוואוסט אז ער איז א איד, און ווען עס איז אים געלונגען צו אנטלויפן צוריק קיין פראנקרייך האט ער זיך אנגעשלאסן אין א ארגאניזאציע וואס האט ארויסגעשמוגלט אידישע קינדער פון פראנקרייך קיין שווייץ מיט פארשידענע שפיצלעך און קונצן. ער איז נאכ׳ן קריג אנערקענט געווארן אלס א נאציאנאלע העלד אין פראנקרייך.

דזשארדזש לאניגער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל