סענאטאר לינדזי גרעהעם פון סאוט קאראליינע האט נעכטן געזאגט אז ער האט באקומען א פארשפרעכונג פון פרעזידענט טראמפ אז ער וועט פארשטייטערן דעם ריקצוג פון די אמעריקאנער קרעפטן אין סיריע, און נישט ווי דער פרעזידענט האט פריער געזאגט אז ער וועט זיי ארויסציען אין דרייסיג טאג. דער סענאטאר האט אין אנהויב שטארק קריטיקירט דעם שריט, אבער נעכטן האט ער געזאגט אז נאכ׳ן עס איבערשמועסן מיט׳ן פרעזידענט פארשטייט ער בעסער די נויטיגקייט פון אהיימברענגען די טרופן, און אז דער פרעזידענט האט אים פארשפראכן אז טערקיי האט צוגעזאגט נישט צו טשעפענען די אמעריקאנער-אליאירטע קורדן. פרעזידענט טראמפ האט היינט אינדערפרי ווידערהאלט אז דער ריקצוג וועט געטוהן ווערן שטייטערהייט.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל