די בענגלאדישע פרעמיער מיניסטארשע האט דערקלערט זיג און איז ערוויילט געווארן פאר א דריטן טערמין אין וואלן וועלכע זענען נאכגעפאלגט געווארן אינטערנאציאנאל צוליב דעם וואס די אפאזיציע באשולדיגט די פארטיי אין מאכט מיט פעלשעריי, א זאך וואס האט געברענגט שווערע פראטעסטן און ראיאטן אויפ׳ן וואל טאג. לויט די אפיציעלע באריכטן זענען אמווייניגסטנס 17 אומגעקומען און די צאל קען זיין גאר העכער. די פרעמיער מיניסטארשע שעיך כאסינא דינט שוין 9 יאר אלס פרעמיער, און זי באקומט קרעדיט פאר׳ן מאדערנעזירן דאס לאנד און פארבעסערן די עקאנאמיע. אבער אירע קעגנער באשולדיגן איר אין נוצן דיקטאטורישע מאכט און אונטערדרוקן די אפאזיציע מיט ברוטאלע מיטלן, און אזוי אויך אונטערדרוקן די פרייע פרעסע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל