רוסישער זיכערהייט באאמטע האבן היינט אינדערפרי געמאלדן, אז זיי האבן ארעסטירט אן אמעריקאנער בירגער אויף שפיאנאזש קלאגעס. לויט דעם מעלדונג איז ער ארעסטירט געווארן אין מאסקווע אין לויף פון א שפיאנאזש אקציע וואס ער האט דורכגעפירט פאר אמעריקע, און ער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס פאול וועילען. דאס קומט א טאג נאכדעם וואס פרעזידענט פוטין פון רוסלאנד האט ארויסגעשיקט אן עפנטליכע בריוו צו פרעזידענט טראמפ, אין וועלכע ער רופט פאר בעסערע באציאונגען און א קאנסטרוקטיווע דיאלאג צווישן אמעריקע און רוסלאנד, הויפטזעכליך איבער א וואפן קאנטראל אפמאך פון 1986 וואס אמעריקע זאגט אז זי וועט זיך ארויסציען וויבאלד רוסלאנד האט דאס פארלעצט. דער סטעיט דעפארטמענט האט אין א סטעיטמענט פארלאנגט באלדיגע צוטריט צום אמעריקאנער בירגער, אבער האט נישט רעאגירט אויף די געשיכטע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל