די אָראַנדזש קאַונטי העלט דעפּאַרטמענט אַלאַרמירט אַלערטינג דעם קאמיוניטי איבער צוויי פרישע פאלן און ערטער וואו קאַונטי איינוואוינערס זענען מעגליך אויסגעשטעלט געווארן צו מיזלעס.

👈 אום דעצעמבער 20, צווישן 4:30 נאכמיטאג און 8:00 אווענט אין סאַטמאַר פלייש געשעפט אין קרית יואל
👈 אום דעצעמבער 25, צווישן 4:30 נאכמיטאג און 8:30 אווענט אין די ראַקלענד קאָושער סופּערמאַרקעט ביי 27 אָרטשאַרד סטריט אין מאָנסי.

מענטשן וואס כאפן איבער מיזעלס קענען אַנטוויקלען סימפּטאָמען ערגעץ צווישן 7-21 טעג נאָכן ווערן אויסגעשטעלט. קאַונטי באַאַמטע דרינגט יעדער וואָס איז געווען אין די סאַטמאַר פלייש געשעפט פון קרית יואל צו אכטונג געבן פאַר סימפּטאָמן ביז יאנואר די 10'טע.

אויב עמיצער ווערן קראַנק, רעקאָמענדירן באאמטע גלייך צו זוכן מעדיצינישע הילף, אָבער צו רופן די עמורדזשענסי רום, אורדזשענט קעיר אָדער דאָקטער'ס אָפיס איידער די באזוף צו העלפן מינימיזירן די ריזיקע פון אויסשטעלן אנדערע צו די קרענק.

גיי נישט צו די אַרבעט, שולע אָדער אנדערע פובליק ערטער. לאז וויסן אייער לאקאלע העלט דעפּאַרטמענט אַז איר זענט אויסגעשטעלט געווארן צו מיזעלס.


באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל