א ל"ג בעומר, נישט צו פארגעסן!

צום דריטן מאל אין א קורצע תקופה, האט המספיק איבערראשט די עלטערן און די פאמיליעס, מיט א הערליכע סופרייז!

ווען עלטערן איבער די וועלט ראנגלען זיך צו האלטן די קינדער באשעפטיגט און אין די ראמען, זענען עלטערן פון קינדער מיט ספעציפישע געברויכן אונטער א באזונדערע דרוק צו אנגיין מיט טעגליכע שוועריגקייטן און עקסטרעמע מאטערנישן איבער די באגרעניצן אין די קאראנע עפאכע.

עלטערן פון המספיק פאמיליעס זענען שוין פון אייביג צוגעוואוינט צו ספעציעלע פארזאמלונגען. אבער זינט די קאראנע פענדעמיע האבן זיי געלערנט אז המספיק ברענגט - ווען עס פעלט אויס - די פארוויילונג אהיים צו די פאמיליעס אין שטוב אריין מיט די פולע פראכט און ברייטהאציגקייט וואס רעדט די המספיק שפראך...

אנגעהויבן האט זיך עס מיט די אונטערהאלטונג-פעקלעך וואס זענען אפגעברענגט געווארן צו פאמיליעס וועלכע זענען איינגעשפארט אין זייערע היימען. דאס איז ארויסגעטיילט געווארן גלייך נאכדעם וואס די רעגירונג האט אפגעשפארט די שולעס. די עקזעקוטיוו דירעקטאר הר"ר הערשל ווערטהיימער שליט"א האט פערזענליך איבערזיכט די פראיעקט פונעם אויפקומען מיט'ן פלאן ביז'ן זיכער מאכן אז יעדע שריט ווערט אויסגעפירט מיט א מיליטערישע פונקטליכקייט. די גאנצע פראיעקט האט גענומען גאנצע דריי טעג, פון די געבורטס פונעם געדאנק, ביז די ליכטיגע פנימ'ער פון די פאמיליעס ווען די געשאנקען זענען אפגעברענגט געווארן. זעהט בילדער. #דיינו

ווען עס איז געקומען צו דער פרייליכע יום טוב פסח, ווען די פאמיליעס ערווארטן די יערליכע המספיק חול המועד פארוויילונג אין פארשידענע פארקס, האבן די געטרייע המספיק וואלונטירן, אונטער די דירעקטע פירערשאפט פון ר' יעקב קעלנער, אפגעברענגט אונטערהאלטונגס-פעקלעך צו די פאמיליעס וועלכע זענען איינגעשפארט אין זייערע היימען. א ריזיגע באקס איבערגעפילט מיט אלע סארטן באשעפטיגונגען, אריינגערעכט אוצרות מיט טייערע שפילצייגן און פארוויילונג מאטעריאל פאר די גאנצע פאמיליעס. זעהט בילדער און ווידעאס. #דיינו

המספיק ווידער אין די נייעס


ליידער איז די ווירוס נאכנישט פארביי, און די סיטואַציע ווערט נישט גרינגער. און די פארגאנגענע ל"ג בעומר, איז אויסגעטיילט געווארן א פרישע מאסיווע פעקל מיט מוזיקאלישע געשאנקן.

דאס ערשטע האט זיך באוויזן א הערליכע הארץ-צולאזענדע בריוו, וואס ערפילט דאס הארץ מיט לויטער חיזוק, פארזיכערונג און ווארעמקייט. #דיינו

דאן לאזט זיך ארויסשלעפן א קאלירפולע שאכטל אנגעפילט מיט אלע סארטן פייפערליך און טרומפייטערן. ווען די קינדער האבן דאס גענומען אין די האנט, האבן אלע שכינים געוויסט אז "המספיק איז ווידער דא געווען..." #דיינו

אבער! די זעקל ווערט דאך נישט גרינגער! א מעכטיגע עלעקטראנישע פויק סעט, מיט רעאליסטישע קלאנגען וואס ברענגט ריכטיג ארויס די קינדערישע ארטיסטישע געפיהלן #דיינו

טאטי! נאָכעפּעס ליגט דארט... אומגלויבליך! א קרעפטיגע העדפאָון וואס דעליווערט האַט-פּאָנטש צו די אויערן... מיט גאר קלאהרע און באמבאסטישע קוואליטעט. #דיינו

מינוטן שפעטער, און די ווארימע היימען זענען אנגעפילט מיט געזאנגען, און ס'איבריגע פאמיליע דערזעהט זיך אין א געטאנץ. זיי ווייסן נישט וואס עס טרייבט זיי, אבער זיי קענען זיך נישט אפשטעלן...

די דאנקבארקייט וואס פאמיליעס ווייזן ארויס, האט נישט געשפעטיגט צו קומען. זיי ווייסן די איבערמידליכע ארבעט און הארץ וואס ווערט אריינגעלייגט אין די ריזיגע אונטערנעמונגען, אונטער די טאלאנטפולע איבערזיכט פון ר' יוסף מאשקאוויטש. די גריסן זענען געווען לויטער אנערקענונג. "איר האט ארויסגענומען מיין פאמיליע פון דעפרעסיע", האט אויסגעשריגן א טאטע וואס האט אנגערופן סעקונדעס נאכ'ן עפענען די טיר. "איר ווייסט באמת ווען צו קומען...", שרייבט א מוטער אין א בליצפאסט פוהל מיט הארץ. אבער ווי א מיידעלע האט ארייגעלאזט א וואוסמעיל מיט די גרעסטע מאס תמימות און הארץ, "איך קען נישט דיין פנים, אבער דו קומסט צו אונז כמעט יעדע וואך..."

קינדער דערפרייען זיך מיט די מאסיווע המספיק ל"ג בעומר פעקל


קליינע עסקנים'לעך העלפן איינפאקן די ל"ג בעומר פעקלעך




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל