כאטש וואס די דינא דמלכותא דינא איז שוין לאנג ארויס פון סטיל, און איז זאגאר געווארן א רעפארמיסטישע צוגאנג, איז די ונשמרתם מאד לנפשותיכם אקורשט אויך ארויסגעווארפן געווארן אלס אויבער'חכמ'שאפט. צווישן די ראדיקאלע עלעמענטן צווישן אונז, הערט זיך געוויסע פארקרומטע ארגומענטן וואס וואלטן געמאכט א קינדערגארטן יונג אויסקוקן ווי א צוריקגעשטאנענער. דאס האט איר עטליכע ביישפילן:

"יעדער האט דאס שוין סייווי געהאט", זאגט דער יונג באטאפענדיג אלעס וואס קומט אונטער די הענט אין א ביהמ"ד וואס איז אפן מיט קאראדזש. א בר-דעת ענטפערט, "נישט אמת! זעהסט דאך אז יעדעס טאג קומט צו פרישע קעיסעס..."

א צווייטער איפכא מסתברא'ניק קומט אריין בעת'ן זיך אריינשמירן די נאז אויף זיין ארבעל, "רוב עולם האט דאס שוין זיכער געהאט..." אבער א יש-מוח-בקודקדו'ניק פרעגט גלייך צוריק, "וואס וועט זייך מיט די רעשט וואס האבן עס שוין נאכנישט געהאט?"

א פארגעקוקטער קרומ-קאפ שיסט ער מיט פריש-ערפינדערע פיקחות, "נו שוין! העכסטענס א צענטל אידן... נו, מה כל הרעש?" א יראת שמים איד ציטערט אויף! "וואס הייסט דאס 'העכסטענס א צענטל אידן'? איר זענט גרייט מקרב צו זיין די לעבן פון הונדערטער אידן פאר א דרבנן?"

די חברה לאזן נישט נאך! ווי א דזשיהאדיסט שפרינגט אריין א נייער עסקן מיט נאסע פיאות פון מקוה ארויס, "אלע אונזערע צדיקים אשר מימיהם אנו שותים האבן זיך מוסר נפש געווען פאר א מקוה!" יענעמ'ס אייגענע אינגעלע - וואס איז מיטגעקומען אין שוהל צו זעהן זיין טאטע'ס מורת בשר ודם - פרעגט צוריק לפי תומו, 

א פרישער אויבער-חכם וואס מאכט היימלאזע אויסקוקען צוגעפיצט פרעגט מיט אויגן איבערבליקענדיג די ברילן, "דו מיינסט מנינים הרג'ענען? שפיטעלער הרג'ענען!" איינע פון די אייגענע פרעגן זיך אליינס צוריק, "וואס האט איינס מיט'ן צווייטן? און דערפאר רצח'נען מיר אויך?

א בע'טעמ'ט (בזכות לשון סגי נהור) בחור'ל לאזט וויסן אז זיין מיינונג איז אז "זאלן די אלטע און קראנקע בלייבן אפגעזונדערט אינדערהיים, און אזוי קען יעדער צוריקגיין צום נארמאלען לעבן!" איבער איינמאל ער האט געהערט אז יעדער וואס האט נאר אמאל באקומען א ניר, אדער געהאט קענסער (ל"ע) אדער אסאל אנדערע אלגעמיינע מענטשן זענעם נכלל אין דעם כעלמ'ע עצה, און אייזעהענדיג אז זיין ברידער און עטליכע אנדערע פאמיליע מיטגלידער וועלן בלייבן שטעקן אינדערהיים, האט ער קאמענטירט מיט א בלויזע "אַהאַ..", נישט פארשטייענדיג אז ער וואלט סייווי אהיימגעברענגט די מחלה יעדע טאג צו זיין אלטע טאטע לאורך ימים ושנים.
באריכט פון שמחה דאסקאל צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל