א נייע אנקעטע דורך די עי-די-על (אנטי-דעפאַמיישאָן ליגע) צייגט, אז מער ווי האלב אמעריקאנער אידן האבן שוין בייגעוואוינט אויף די אייגענע הויט, אדער מיטגעהאלטן אן אנטיסעמיטישע אטאקע אין די לעצטערע יארן. ווי אויך צייגט די אנקעטע אז 63 פראצענט אידן האלטן אז עס איז געווען מער פארזיכערט צו וואוינען אין אמעריקע 10 יאר צוריק, ווי יעצט.

די אנקעטע איז גענומען געווארן דאס יאר אום יאנוואר, וועלכע איז געווען נאך די שטעכעריי אין מאנסי און די שיסעריי פון דזשערסי סיטי, און בעפאר די קאראנעווירוס, וועלכע האט מער ווי ווייניגער אפגעשטעלט דאס לעבן אין אמעריקע.

יונתן גרינבלאט, די סי-אי-או פון עי-די-על האט געזאגט אין א סטעיטמענט, "אידן אין אמעריקע טוען ערנסט זארגן איבער זייער זיכערהיייט, און פאר די זיכערהייט פאר זייערע פאמיליעס, דאס לעבן פאר אידן האט זיך זייער געטוישט אין די לעצטע מאנאטן אין אמעריקע צוליב אנטיסעמיטיזם.

די אנקעטע האט אויך געצייגט די פאלגענדע:

- מער ווי 20 פראצענט אידן זענען שוין געווארן נאכגעשריגן מיט אנטיסעמיטישע לאזונגען

- מער ווי 20 פראצענט אידן האבן שוין מיטגעהאלטן אנטיסעמיטישע גראפיטי אינצידענטן

- 5 פראצענט אידן האבן שוין בייגעוואוינט פיזישע אנטיסעמיטישע אטאקעס אויף די אייגענע הויט

- 14 פראצענט אידן זענען שוין געטשעפעט געווארן אויף דער אינטערנעט צוליב אידנטום

די אנקעטע איז גענומען געווארן דורך 538 ערוואקסענע אידן.

די שוידערליכע נאכווייען פון די דזשערסי סיטי אטאקע


באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל