המספיק שיקט ארויס אונטערהאלטונגס פעקלעך איינס נאכ'ן צווייטן!


יעדעס יאר, טוט די בארימטע המספיק אָוו קינגס קאַונטי ארגאניזאציע ברעכן די נייעס מיט זייערע גיגאנטישע חול המועד אויספלוגן פאר אירע קליענטן און זייערע פאמיליעס, צו עס זאל זיין א מאסיווע טריפ צו קאנעטיקוט, צו א פאפולערע שאָו/קאָנצערט, אדער אנדערע פארוויילונגס פראיעקטן.

היי יאר האט המספיק קינגס דאס נישט געקענט טאן! א מאסיווע פאנדעמיע האט אויסגעבראכן, און אידן זיצן איינגעשפארט אין זייערע היימען, נישט קענענדיג ארויסגיין.

קאפ און מח איז געווארן אריינגעלייגט דורך די דירעקטאָרן פון המספיק קינגס, וועלכע לויפט אונטער די געניטע פירערשאפט פון הר"ר הערשל ווערטהיימער, איין זיצונג נאכ'ן צווייטן איז געשאפן געשווארן, ביז די נייע פלאן איז געווען א פולשטענדיגע.

שוין נאך וואס א מאסיווע פעקל איז אפגעשיקט געווארן צו די היימען פון די קליענטן בלויז דריי וואכן צוריק, האבן די היימען באקומען אין די לעצטע טעג נאך א קלאפ אויפ'ן טיר!

המספיק האט באשלאסן אהיימצוברענגן די חול המועד פייערונג צו די קליענטן אין שטוב אריין! א פרישע מאסיווע "אייער-באקס", אנגעפילט מיט טייערע מתנות און אקטיוויטעטן וועלכע ליגט אין יעדעס קינד חלום. א פולע פעקל וועלכע קומט מיט יעדע סארט זאך צו קענען מאכן אן אייגענע היים-קאַרניוועל, אריינגערעכנט ריזיגע באָליס, דזשאָמפינג-בעגס, באָבּעלס, פריסביס, קייטס, ראָובס, א נייע די-ווי-די, קאָגעלעך, יויאָוס און אנדערע שפילצייגן. די הויכפונקט פון דעם פעקל, איז געווען א פולע קאַטען-קענדי מאשין!

די ריספאנד פון די קליענטן איז געווען א פולע איבערפלוס מיט טעלעפאן און אימעיל מעסעדזשעס פון טויזענטער שטובער וועלכע האבן נישט אויפגעהערט דאנקן המספיק קינגס פאר די רייכע פעקלעך וועלכע טוט האלטן - און וועט האלטן קינדער פון יעדע יארגאנג באשעפטיגט פאר לאנגע שטונדן! די סיסטעם פון המספיק קינגס קוקט אויס ווי עס איז גע'ספּעמ'ט געווארן, פון די זענדונגען וואס האלטן אין איין אריינקומען אהן אויפהער!











קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל