טויזענטער פאמיליעס פון ארום ברוקלין וועלכע האבן נויטבאדערפטיגע מיטגלידער, האבן אויפגעלאכטן ווען עס איז ערשינען ריזיגע פעקלעך מיט שפילצייגן פון די בארימטע המספיק ארגאניזאציע, פאר זייערע פאמיליעס וועלכע זענען איינגעשפארט אין זייערע היימען אין די איצטיגע טעג צוליב די צושפרייטענדע קאראנעוויירוס.

המספיק קינגס, וועלכע ווערט געפירט דורך הר"ר הערשל ווערטהיימער, האט אין די לעצטע טעג געשיקט אירע רייכע און אונטערהאלטונגס פעקלעך, וועלכע אנטהאלט שפילצייגן פאר אלע סארט קינדער און יארגענג, פון אַרטס-ענד-קרעפט"ס ביז די-ווי-די'ס, פון פארשידענע פאָזעלען און געימס ביז קאָמיקס-בוכער. "א פולע בעג וועלכע וועט האלטן די קינדער געשפאנט פאר טעג און וואכן", מען זאל נישט דארפן. ווי א המספיק ארבעטער האט זיך אויסגעדריקט צו "אידישע נייעס", האט די המספיק געביידע אין בארא פארק אויסגעקוקט אין די לעצטע טעג, ווי המספיק גרייט זיך צו עפענען א שפילצייג-געשעפט!

די פעקלעך זענען אין די לעצטערע טעג געווארן אפגעשיקט דורך א פלאטע פון המספיק דרייווערס און וואלונטירן, צו די היימען פון טויזענטער קליענטן, ארבעטערס און פאמיליעס, וועלכע האט געשאפן א שטארקע גערודער אין קידוש השם אין די אידישע וועלט!

אין די טעג, ווען הונדעטער געשעפטן זענען אויסגעלאפן פון צענדליגע פראדוקטן, האט המספיק באוויזן אויסצוליידיגן עטליכע שפילצייג געשעפטן!

טייל פון די פולע מתנות וועלכע זענען אנגעקומען צו אלע היימען

א נענטערע בליק אויף די פולע בעג

א קליינע טייל פון די בעגס, גרייט צו ווערן אפגעשיקט

די הערליכע בריוו וועלכע איז געליגן אויף יעדע בעג






בילדער געשיקט צו אידישע הויפן (וועב | טעלעגראם | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל