דורך: די צייטונג

אמעריקע איז פארכאפּט געווארן אין א פּאניק אטמאספערע פון דעם "קאוויד-19" וויירוס, און צוביסלעך האט מען דערקלערט עמורדזשענסי צושטאנדן איבער'ן לאנד, אריינגערעכנט א פארבאט אויף גרעסערע פארזאמלונגען וואו מען קען זיך איבערנעמען דעם וויירוס, און עס האט אויך דערגרייכט צו א מצב אז מען פארארדענט צו שליסן די שולעס.

פּרעזידענט טראמפּ האט פרייטאג אין א פּרעסע קאנפערענץ געמאלדן א נאציאנאלן עמוירדזשענסי צושטאנד וואס גיט פאר'ן פּרעזידענט אויסערגעווענליכע מאכט, און עפענט אויך די פעדעראלע קאסע אז מען קען שוין צושטעלן א 50 ביליאן דאלאר הילף צו פארלייכטערן דעם מצב. מען האט אויך געזען א זעלטענע קאאפּעראציע צווישן די טראמפּ אדמיניסטראציע און די רעפּובליקאנער קאנגרעסיאנאלע פירערשאפט מיט די דעמאקראטישע פירערשאפט, וואס איז באגריסט געווארן ווי א באווייז אז אין א פאל פון א נאציאנאלן קריזיס, קען מען לייגן פּאליטישע דיפערענצן אויף א זייט צו אדרעסירן דעם קריזיס.

זונטאג האט פעדעראל רעזערוו פארזיצער דזשעראם פאועל געמאלדן אז מען שניידט די פּראצענט ראטעס ביז כמעט זערא, צו ראטעווען אמעריקע פון א רעסעסיע, ווען מען זעט די עקאנאמישע אויפטרייסלונג און חורבן צוליב דעם וויירוס פּאנדעמיק.

ווען דער פרעזידענט האט געמאלדן די עמורדזשענסי שריט, האט דאס געהאלפן ארויפטרייבן דעם סטאק מארקעט פרייטאג, ווען מען האט געזען אז דער פרעזידענט הויבט אן אנערקענען דעם קריזיס, און דער פרישער שריט פון פאועל וועט אויך העלפן בארואיגן דעם מצב.

פּרעזידענט טראמפּ אליין האט אויך גענומען דעם וויירוס טעסט וואס ער איז דורכגעגאנגען, נאכדעם ווי עס איז באקאנט געווארן אז דער צייטווייליגער אמבאסאדאר פון בראזיל קיין אמעריקע, נעסטאר פארסטער וועלכער איז געזעצן ביים טיש פון פּרעזידענט טראמפּ פאריגן מוצ"ש ביי א דינער אינעם פּרעזידענט'ס רעזארט אין פלארידא, ליידט פון דעם וויירוס. ער איז דער דריטער מענטש וואס האט באזוכט טראמפּ יענעם וויקענד וועלכער האט דעם וויירוס, איז מען נאטורליך געווען באזארגט צי דער פּרעזידענט אליין האט זיך איבערגענומען דעם וויירוס, און דער פּרעזידענט איז דורכגעגאנגען דעם טעסט.
דער מעיאר פון מיאמי פרענציס סוארעז איז אויך געווען ביי א צוזאמקונפט אין מאר-א-לאגא-, פלארידא, וואו ער האט זיך איבערגענומען דעם וויירוס פון א בראזיליאנער רעגירונג באאמטן און ער האט זיך געמוזט אפּזונדערן ווען מען האט געפינען אויך ביי אים דעם וויירוס.

א הויכער באאמטער פון אוסטראליע האט אויך באקומען א פּאזיטיוון טעסט רעזולטאט עטליכע טעג נאכ'ן טרעפן זיך מיט אטוירני דזשענעראל באר אין וואשינגטאן.

דאס ווייזט ווי שנעל און אומגעראכטן דער וויירוס קען זיך פארשפּרייטן, און כאטש עס איז נישט שעדליך אין רובא דרובא טיילן פון די באפעלקערונג, איבערהויפּט ביי די יונגע מענטשן ווען עס קען שנעל פארבייגיין, פאדערט זיך אבער דראסטישע שריט דאס אפּצושטעלן, עס זאל זיך נישט אויסשפּרייטן, און מען זעט אזעלכע שריט איבער די וועלט, ווי צ.ב.ש. דייטשלאנד האט געשלאסן אירע גרעניצן מיט 5 פון די 9 לענדער מיט וועמען זי גרעניצט זיך. שפּאניע האט אויך אפּגעשלאסן דאס לאנד, און אין איטאליע איז זונטאג געווען דער ערגסטער טאג ווען עס איז צוגעקומען נאך 368 טויטפאלן, ברענגענדיג דעם סך הכל צו 1,809 פאטאליטעטן און דאס לאנד איז דערווייל פארשלאסן צו די איבריגע וועלט.

אין אמעריקע, האט דער פּרעזידענט שטרענגער געמאכט די רייזע צוימונגען אז אפילו פּאסאזשירן וואס קומען צוריק פון ענגלאנד און אירלאנד וועלן אויך דארפן דורכגיין די געזונטהייט קאנטראלן. עס איז געווען א כאאס צושטאנד אין די עירפּארטס וואו מען קען אונטערזוכט ווערן פאר'ן וויירוס אז א סאך מענטשן האבן געמוזט שטיין פיר שעה אדער אפילו נאך לענגער אין די לאנגע רייעס ביז זיי האבן געקענט דורכגיין אלע קאנטראלן און "באפרייט ווערן" אריינצוקומען אין לאנד.
מען האט באשטעטיגט בלויז 13 עירפּארטס וואו די באאמטע קוקן נאך די מעדיצינישע היסטאריעס פון די מענטשן, מען באקוקט צי זיי האבן סימפּטאמען וואס קען זיין פון דעם וויירוס און מען זאגט אן פאר די מענטשן זיך זעלבסט צו איזאלירן אויף צוויי וואכן.

מען האט אנגעוויזן אז גענוי די מיטלען מיט וואס מען וויל פארמיידן אז מענטשן זאלן זיך איבערנעמען דעם וויירוס שאפט אומשטענדן אז עס זאל זיך יא קענען פארשפּרייטן ווען די זאלן זענען איבערגעפולט און מענטשן שטייען ממש איינער נעבן דעם אנדערן און מען רעדט איינער צום צווייטן אין צונויפגעקוועטשטע רייעס, וואס אויב עמיצער האט שוין יא געכאפּט דעם וויירוס און ווייזט נאכנישט קיין סימפּטאמען, קען דאס דורך די לאנגע רייעס פארשפּרייט ווערן צו אומצאליגע אנדערע מענטשן ח"ו!

די מעיאר פון שיקאגא, לארי לייטפוט האט זיך באקלאגט זונטאג ביי א פּרעסע קאנפערענץ אין עירפּארט ווי אזוי די אומשטענדן גייען קעגן די פעדעראלע ווארענונגען! און דאס קען נישט זיין אננעמבאר!!!

אויסערדעם איז געווארן א געפערליכער מצב אין ארץ ישראל צוליב אויסערגעווענליכע שטרענגע פארארדענונגען אויף רייזענדע און פארלאנגען אפצושפארן ישיבות און נישט לאזן דאווענען מיט א גרעסערן מנין, און מען לאזט אויך נישט קיין "געהעריגע" חתונה שמחות.

אין ניו יארק, האט גאווערנאר קאומא דערקלערט אן עמורדזשענסי צושטאנד פאר די סטעיט און מעיאר דיבלאזיא האט דאס זעלבע געטאן פאר די שטאט, פרייטאג. פארזאמלונגען מוזן זיין אויף ווינציגער פון 500 מענטשן, און אין קלענערע זאלן מוז עס רעדוצירט ווערן צו העלפט פונעם ערלויבטן מאקסימום.

סיי קאומא און אויך דיבלאזיא האבן אבער ארויסגעשטעלט א ווידערשטאנד, נישט צו שליסן די פּובליק סקולס אין די שטאט ניו יארק, וואס איז דער גרעסטער פּובליק סקול סיסטעם אין אמעריקע. ווי מיר האבן שוין עטליכע מאל באריכטעט, האט דיבלאזיא גע'טענה'ט אז שליסן די סקולס וועט זיין מער שעדליך ווי הילפבאר, איבערהויפּט איבער די פראגע וואס מען וועט טוען מיט די קינדער? און וואס וועט זיין מיט די עלטערן וועלכע דארפן גיין ארבעטן ווען פּלוצלינג וועלן זיי מוזן בלייבן אינדערהיים מיט די קינדער? אויך איז א פראגע וואס א סאך קינדער זענען אנגעוויזן אויף די פרייע פרישטאג און מיטאגס וואס זיי באקומען אין די שולעס, און די עלטערן קענען זיך נישט ערלויבן די אלע מאלצייטן, אין א סאך פאלן.

דער פּראבלעם איז נאך ערגער געווארן צוליב א פּאניק אטמאספערע וואס האט באהערשט גרויסע טיילן פון פאלק, אז מען איז געלאפן אין די געשעפטן אויסליידיגן די פּאליצעס, אנזאמלענדיג זיך גענוג און מער ווי גענוג אויף לאנגע חדשים, ווען טייל מענטשן זענען דערשראקן אז מען וועט "אפּשפּארן דאס לאנד" און קיינער וועט נישט טארן ארויסגיין פונדערהיים, מען וועט נישט טארן גיין אין די געשעפטן, עס וועט נישט זיין קיין טראק דרייווערס וואס וועלן ברענגען פרישע סחורה, א.א.וו., ממילא האט מען געזען לאנגע רייעס ביי א סאך סופּערמארקעטס, וואס דאס אליין האט אויך געמאכט מער פּאניק אטמאספערע ווען מענטשן טראכטן ביי זיך, אפשר דארף מען טאקע גיין איינקויפן?

מען זעט מענטשן שלעפּן קעיסעס פון גרויסע פלעשער וואסער, כאילו זיי האלטן אז די סינקס וועלן אויפהערן ארבעטן...
ווען עס הערשט א פּאניק אטמאספערע, איז זייער שווער אדער אפילו אוממעגליך צו פּרובירן רעדן "שכל'דיג" צו די מענטשן אז זיי זאלן נישט זיין אזוי איבערגעטריבן דערשראקן איבער'ן מצב.

---
                       
מען האט אנגעהויבן שליסן שולעס איבער'ן לאנד. סאוט קאראליינע האט געשלאסן אלע פּובליק סקולס ביז ענדע מערץ אויף א מינימום.

דער דרוק האט זיך פארשטארקט אין ניו יארק, ווען מערערע פּאליטישאנס האבן פארלאנגט אז מען זאל שליסן די סקולס. די "טיטשערס יוניאן" האט עס אויך שטרענג פארלאנגט, און עווענטועל האבן דער גאווערנאר און דער מעיאר איינגעזען אז מען קען נישט גיין קעגן דעם ווינט, ווייל פאקטיש קען מען דאך נישט אויסשליסן אז עס איז טאקע א מעגליכע סכנה ווען מענטשן זיצן אינאיינעם אין די קלאסן און מען שפּילט זיך אינאיינעם ווען מען זעט אז אפילו אין ספּארטס האבן זיך שוין אויך שפּילער איבערגענומען איינער פון אנדערן און מען האט אפּגעשטעלט די ארגאניזירטע ספּארטס פארמעסטן אויף דערווייל.

גאווערנאר קאומא האט זונטאג געמאלדן אז די שולעס וועלן געשלאסן ווערן אין די שטאט ניו יארק, ווי אויך אין לאנג איילאנד און וועסטשעסטער קאונטי. אין נעסאוט קאונטי, לאנג איילאנד, וועלן פון מאנטאג געשלאסן זיין אלע פּובליק און פּריוואטע שולעס (אריינגערעכנט מוסדות התורה) לויט די מעלדונג פון קאונטי עקזעקוטיוו לארא קוראן.
קאנעטיקוט גאווערנאר נעד לאמאנט האט זונטאג געמאלדן אז אלע פּובליק סקולס וועלן געשלאסן ווערן דינסטאג ביז ווייניגסטנס מערץ 31.

ניו דזשוירזי גאווערנאר פיליפּ מורפי האט זונטאג געמאלדן אז ער האלט ביים שליסן אלע סקולס אין די גאנצע סטעיט.
מעיאר דיבלאזיא האט געמאלדן אז שוין מאנטאג ווערן געשלאסן אלע פּובליק סקולס אין די שטאט, וואס מיינט 1,800 שולעס מיט איבער 1.1 מיליאן קינדער. דער סיסטעם האט 75,000 לערערס און איבער א מיליאן עלטערן. עס וועט זיין געשלאסן ווייניגסטענס ביז פּסח און פילייכט ביז צום ענדע פונעם שולע יאר אין יוני.

דער גאווערנאר האט פארארדענט אז די שטאט זאל צושטעלן די פרייע מאלצייטן פאר די קינדער וואס נויטיגן זיך אין דעם, און דער מעיאר האט מודה געווען אז די שטאט איז נאכנישט גרייט אויף דעם איבערדרייעניש וואס קומט פון דעם געצווינגענעם אפּשליסונג.

אלס איין ביישפּיל, האט דער ניו יארקער פּובליק סקול סיסטעם 114,000 "היימלאזע" קינדער, וואס מיינט זייערע פאמיליעס וואוינען נישט אין קיין געהעריגע דירות. דאס איז מער ווי דער גאנצער סקול סיסטעם אין א דורכשניטליכע קליינע שטאט אין אמעריקע!

אפילו אויב בלויז העלפט פון די קינדער קומען אין די שולע, וואלט דער ניו יארקער דיסטריקט נאך אלץ גרעסער געווען פון יעדן אנדערן דיסטריקט אין אמעריקע מיט'ן אויסנאם פון לאס אנדזשעלעס. אזוי גרויס איז דער ניו יארקער סקול סיסטעם, און אזוי גרויס וועט זיין די קאפּ ווייטאג ווען מען האט עס איצט אזוי פּלוצלינג געמוזט שליסן. (אגב, האט דער לאס אנדזשעלעס סיסטעם געמאלדן פרייטאג אז אירע שולעס וועלן געשלאסן ווערן אויף ווייניגסטנס צוויי וואכן.)
געזונטהייט עקספּערטן זענען איינשטימיג אז שליסן שולעס אדער אנדערע פּלעצער מוז אנהאלטן ווילאנג דער וויירוס ווערט נישט אונטערדרוקט, וואס קען דויערן חדשים, און ווען סטודענטן וועלן זיך צוזאמקומען אין הייזער אדער אנדערע פּלעצער, מינימיזירט דאס די ווירקזאמקייט פון די געשלאסענע שולעס. מעיאר דיבלאזיא האט זייער אויפריכטיג באמערקט, אז מען קען נישט איבערצייגן שולע קינדער זיך נישט צוזאמצוקומען.
                        
---

ארום 20 פּראצענט פון די קינדער האבן "ספּעציעלע געברויכן" און א סאך פון זיי קענען נישט באקומען די ספּעציעלע באדינונגען אינדערהיים. וואס וועט מען טוען מיט זיי?
עטליכע שולעס וועלן בלייבן אפען אז מען זאל דארטן איינפעדימען שטודיעס מיט וואס די קינדער זאלן קענען מיטהאלטן פונדערהיים דורך עלעקטראנישע אדער טעלעפאנישע מיטלען. מען וועט לייען לעפּטאפּס פאר קינדער וואס האבן נישט קיין קאמפּיוטערס, אבער מען פארשטייט אליין אז דאס וועט גאר ווייניג בייהילפיג זיין. א צעטראגענער מעיאר דיבלאזיא האט אויפריכטיג געזאגט: דאס איז נישט עפּעס וואס איך וואלט מיר פארגעשטעלט אין א מיליאן יאר אז איך זאל דארפן טוען. עס איז אן אויסערגעווענליכער ווייטאגליכער מאמענט פאר די שטאטישע שולעס.
                     
---

א באזונדערע פראגע איז, צי די אידישע מוסדות והחינוך וועלן קענען בלייבן אפען, ווייל אויב די פּובליק סקולס זענען געשלאסן, וועט דאך נישט זיין צוגעשטעלט די באסעס וואס קומען פון די באורד אוו עדיוקעישאן.

די רבנים און די מנהלים פון די מוסדות החינוך האבן זונטאג קאנפערירט ווי אזוי צו אדרעסירן דעם וויירוס קריזיס, נאכדעם ווי מען האט אנגענומען פארשידענע באווארענונגען אין די בתי מדרשים צו פארמינערן א פארשפּרייטונג פון דעם וויירוס, און איבעראל האט מען געבעטן און געווארנט אויסצופאלגן די רעגירונג פארשריפטן איבער נקיות, איבער פארזיכטיג זיין מיט די ריינקייט, וואשן און זייפן זיך די הענט, און עלטערע מענטשן אדער מענטשן וואס האבן געזונטהייט פּראבלעמען זאלן אוועקשטיין פון עפנטליכע פּלעצער.

דאס זעלבע קען מען נישט גענוג ווארענען אז אויב עמיצער שפּירט זיך נישט הונדערט פּראצענט אין ארדענונג, זאל מען זיצן אינדערהיים! מען זאל נישט שטעלן אין א מעגליכע סכנה אנדערע מענטשן. מען זאל איבערווארטן ביז מען וועט זיך נאכאמאל גוט שפּירן, און דאן ווייטער ארויסגיין אנקערן זיך מיט די געזעלשאפט.

זייער א סאך מענטשן האבן שוין אוודאי באקומען דעם וויירוס און עס וועט דורכגיין ביי זיי ווי א מילדע פארקילונג, מען דארף אפילו נישט לויפן בעטן אזא טעסט סיידן מען שפּירט זיך ערנסט נישט-געזונט. מען דארף אבער חייש זיין, און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף זאל מען פארהיטן ווערן פון אלע מחלות, און די אידן וואס דארפן עס, זאלן געהאלפן ווערן מיט א רפואה שלימה במהרה.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל