דורך העניך

3.5 יאר צוריק האט דאס יהדות החרדית דורכגעלעבט א געוואלדיגן זיג, ווען מיר האבן צום ערשטן מאל אין היסטאריע באוויזן אריינצווועלן א פרעזידענט אין די פאראייניגטע שטאטן וועלכער טיילט מיט אונזערע ווירדן, און איז א שטאלץ פאר ערליכע אידן די בכל אתר ואתר.


מיר האבן ברוב פאר והדר אריינגעוועלט א פרעזידענט וועלכער:

  • גלייבט נישט אין וויסנשאפט (סייענס בלע"ז)
  • גלייבט נישט אין דאקטוירים
  • פארשטייט אז די מידיא איז אונזער גרעסטער שונא
  • פארשטייט אז די דעמאקראטן זענען קעגן אונזערע ווירדן
  • שטעלט אריין זיינע קינדער אין די העכסטע פאזיציעס
  • האלט אז מיט פערזענליכע אטאקעס ווערט יענער אפגעפרעגט
  • טראכט נאר פון וואס עס לוינט זיך אים, אהן קיין בליק אויף אנדערע
  • טראכט נאר פון וואס עס לוינט זיך יעצט, אהן קיין בליק אויף דער צוקונפט
  • שעצט נישט קיין חינוך (עדיוקעישאן בלע"ז)
  • קען נישט שרייבן קיין גראמאטישן זאץ
  • באשאפט אלטערנאטיווע פאקטן
  • רופט יעדן פאקט וואס ער גלייכט נישט 'פעיק ניוז'
  • וויל נאר לייענען אינפארמאציע פון א צענזורירטן פראפאגאנדע נייעס-קוואל
  • האט נישט ליעב קיין הינט
  • גלייבט אז וואקסינען זענען פראבלעמאטיש
  • גלייבט נישט אין פיזישע עקסערסייז
  • גלייבט נישט אין עסן געזונטע עסנווארג


איר זעהט וואו מיר גייען דא? ס'איז דאך פשוט אז דאס איז א פרעזידענט פון אונזערע חלומות. ס'קען גארנישט בעסער זיין! זאל ער נאר אראפציען צוויי אראנדזשע פיאות'לעך פון זיין טשופרינע, 'עט ער זיין א כשר'ער איד וועלכער קען זיך אויסבלאזן די נאז אין ראדני'ס האנטיכער.

יעצט ווען די דעמאקראטן - אין קאלאבאראציע מיט דער מידיא פון אמעריקע און פון דער גאנצער וועלט, און אלע רעגירונגען פון דער גאנצער וועלט - זענען אויפגעקומען מיט'ן פרישן האוקס אשר בשם "קאראנע" יכונה, האט אונזער פרעזידענט ירום הודו זיך געהאלטן פעלזן שטארק צו אונזערע פרינציפן, און האט זיך נישט גערירט קיין זיז כלשהו. וואס דאקטוירים, ווען עקספערטן? ס'אלעס שטותים און נארישקייטן פון קרייאינג טשאק און קרעיזי בערני און נערוואס נענסי.

זיבן וואכן האט דער הייליגער פרעזידענט זיך געהאלטן שטארק צו אונזערע אני-מאמינ'ס, און מיר האבן געקוואלן. ווי עלטערן וועלכע קוועלן פון זייער קינד'ס ערשטן "מאמי".

אבער ליידער איז דער פרעזידענט נעכטן אפגעגאנגען פונעם אידיש'ן וועג, און האט אנגענומען וואס די וויסנשאפטלער און דאקטוירים זאגן אז קאראנע שמאראנע איז אמת. ס'איז ממש א ווייטאג אז א פרעזידענט וועלכער האט אונז אזוי שיין געדינט, איז אויך געפאלן א קרבן צו #פעיק_ניוז און ליבעראלע סייענטיסטן.

מיר דארפן אנפאנגען קלערן פון א נייעם פרעזידענט קאנדידאט.


באריכט פון שמחה דאסקאל צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל