ניו יאָרק - נעכטן ביי חצות הלילה איז אריין אין קראפט די נייע געזעץ איבער פלאַסטישע-בעגס. ווי די שטאט זאגט, וועט די פאליציי אנהייבן טיילן געלט-שטראפן, אנפאנג פונעם קומענדיגע מאָנאַט. די געזעץ גייט אן אויף גראסערייען אין אלע אנדערע געשעפטן וועלכע בעטן שטייער. געשעפטן וועלכע פארקויפן רויע פיש און פלייש, געשעפטן וועלכע פארקויפן גרויסע אייטעמס, ‎רעסטוראַנטן און פאַרמאַסיס וועלכע פארקויפן דראָגס רעצעפטן, וועלן זיין ערלויבט צו ווייטער אויסגעבן דינע פלאסטישע בעגס. די ציל פונעם נייע געזעץ, איז אפצושטעלן די 23 ביליאָן פלאסטישע-בעגס וועלכע ווערט יערליך אויסגעטיילט דורך געשעפטן אין ניו יאָרק, ווי עס וואלגערט זיך אויף אלע גאסן און הענגט פון די ביימער. עס איז צייט זיך צו געזעגענען פון אלע ״טענק יאָ״ בעגס מיט דער גרויסע ״סמיילי”...

וואַשינגטאָן - נעכטן האט אמעריקע און טאַליבאַן אונטערגעשריבן א היסטארישן אפמאך וועלכע וועט ברענגען נענטער די ענדע פונעם 19 יעריגן קריג אין אפגאַניסטאַן. אין די אפמאך טוט אמעריקע אונטערשרייבן ארויסצוציען אירע 13 טויזענט סאָלדאַטן פון אפגאַניסטאַן, אין אויפטויש פאר טאַליבאַן אפצוהאקן אירע פארבינדונגען מיט די בארימטע טעראָר ארגאַניזאַציע על-קאַידאָ.

סאַוט קעראָליינע - האלטענדיג נאכן אפציילן אלע שטימען פון די קאַקוסעס, קומט דזשאָו ביידען אריין אלס די געווינער, האבענדיג 48.4 פראָצענט שטימען, נאך וואס א גרויסע טייל שווארצע וויילער האבן שטארק געשטופט פאר ביידען, דאס איז די ערשטע שטאַט וועלכע ביידען האט געווינען אין די 2020 פארמעסט. בערני סענדערס, האט באקומען ארום 20 פראָצענט שטימען. טאַם סטייער, 11.3 פראצענט פון די שטימען. פיטער בוטעזשעזש, 8.2 פראָצענט פון די שטימען. עליזאַבעט וואָרען, 7.1 פראָצענט פון די שטימען און עמי קלאָבושאַר האט באקומען 3.1 פראָצענט פון די שטימען.

ניו יאָרק - טאַם סטייער, וועלכע איז געלאפן אינעם 2020 פרעזידענט פארמעסט, האט געמאלדן אז ער ציהט זיך ארויס פונעם פארמעסט נאך וואס ער האט באקומען שוואכע רעזולטאטן אין די ערשטע 4 שטאַטן.

וואַשינגטאָן - פרעזידענט טראָמפ האט געגעבן א רעדע אום שבת, ווי ער האט געבעטן די ציווילע און די מידיא נישט צו שאפן קיין פאניק איבער די וויירוס. זאגענדיג, ״טוט נישט קיין אקטן וועלכע וועלן פארמערן די פאניק, ווייל עס איז בכלל נישט פארהאן קיין סיבה צו פאניקן, עס ווערט באהאנדלט דורך פראפעסיאַנאַלע פאכלייט״. טראָמפ׳ס רעדע איז געקומען אין דער צייט, ווען עס איז באריכטעט געווארן די ערשטע טויט-פאל פונעם וויירוס אין אמעריקע, ווען א פרוי אין איר פופציגער יארן פון וואַשינגטאָן סטעיט, איז געשטארבן פונעם וויירוס. די פרוי איז געווען איינס פון די פינף מענטשן וועלכע זענען געווארן אפעקטירט פון אנדערע אין  אמעריקע, זינט זיי זענען נישט געווען אין די לעצטערע צייט אינדרויסן פון אמעריקע. ווי אויך איז געהערט געווארן פון אמעריקע׳ס העכסטע דאָקטער, וועלכע האט געבעטן צו די אמעריקאַנער בירגער אין א טוויט ״הערט אויף קויפן מאַסקעס, עס העלפט אפילו נישט זיך צו באשיצן פונעם וויירוס, און עס ברענגט א מאנגל פאר די שפיטעלער וועלכע ברויכן דאס צו ניצן. וואשט אייער הענט אפט, נעמט דער פלו-שאַט און איר וועט זיין באשיצט״. די טוויט איז געקומען נאך וואס מיליאָנען אמעריקאַנער האבן אנגעהויבן שפאנען צו געשעפטן און כאפן מאַסקעס וועלכע זענען געליגן אויף די שעלווס.

ניו יאָרק - די אמעריקאַנער סטאַק מאַרקעטן האט די פארגאנגענע וואך געהאט די גרעסטע טראסק, זינט די 2008 קראך. די מאַרקעטן האבן פארלוירן אין די ווערד פון 3.6 טריליאָן דאלער אויס שרעק אז די וויירוס וועט זיך שטארק צושפרייטן אין אמעריקע. עטליכע פירמעס ווי עמעזאן, עפל, אַלפעבעט און מייקראָסאָפט, האבן פארלוירן אין די פארגאנגענע וואך, איבער הונדערט ביליאָן דאָלער. ווי אויך איז באריכטעט געווארן, אז ארום דער וועלט זענען שוין סטאַקס מאַרקעטן געפאלן מיט איבער 6 טריליאָן דאָלער, צוליב די וויירוס.

וואַשינגטאָן - א נייע באריכט פון די סי-די-סי צייגט, אז איינס פון יעדע פיר אמעריקאנער זענען איבערוואגיג. די אנקעטע וועלכע איז גענומען געווארן אין די לעצטע 3 יאר, צייגט א מאסיווע אויפשטייג זינט 50 יאר צוריק, ווען בלויז איינס פון הונדערט זענען געווען איבערוואגיג.

כינע - די וויירוס האט אין די לעצטערע טעג שטארק געשטיגן ארום דער וועלט צולייגענדיג נאך ארום 600 אפעקטירטע פעלער אין דרום קארעאָ און נאך ארום 150 פעלער אין איראַן. עס איז שוין פארהאן ארום דער וועלט ארום 87.7 טויזענט אפעקטירטע  פון וועלכע 79.8 טויזענט זענען אין כינע. ווי אויך איז שוין פארהאן 2,995 טויטע ארום דער וועלט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל