סאַוט קעראָליינע - נעכטן נאכט איז פארגעקומען א דעבאַטע מיט די דעמאַקראַטישע קאַנדידאַטן, פאלגענד האט איר א באריכט איבער די געווינערס אין פארלירערס. דורכאויס די דעבאַטע האבן אלע קאַנדידאַטן שטארק פרובירט צו העצן אקעגן סענדערס, צוליב די לעצטע אנקעטע, וועלכע צייגט א גאר שטארקע שאַנס פאר סענדערס צו זיין די געווינער אין די פריימעריס. סענדערס איז שטארק אראפגעריסן געווארן איבער די באריכטן אז רוסלאנד וויל אז סענדערס זאל געווינען, צוליב וואס טראָמפ וועט קענען גרינגערהייט באזיגן סענדערס אין די נאָוועמבער וואלן, ווי אויך איז סענדערס געהעצט געווארן איבער זיינע ציפערן וויאזוי ער פלאַנירט צו געבן רעגירונגס פראָגראַמען, וועלכע האט נישט געשטימט און ער האט זיך עטליכע מאל פארמישט אין די נומערן. בלומבערג האט אויך נישט געהאט די בעסטע נאכט. בלומבערג איז שטארק אראפגעריסן געווארן זייענדיג א ״דעמאַקראַטישע ביליאָנער״ און ווי אויך איבער זיינע ראַסיזם סקאַנדאַלן. קלאבושאַר, סטייער און וואָרען האבן געהאט א שטילערע נאכט, ווי זיי האבן עטליכע מאל פרובירט אריינצורעדן אבער מען האט זיי גלייך שטיל געמאכט. פיטער בוטעזשעזש, איז דערקלערט געווארן אלס די געווינער פון די דעבאַטע, ווארפענדיג שארפע סטעיטמענטס אויף סענדערס. דזשאָו ביידען, איז אויך דערקלערט געווארן אלס א גרויסע געווינער האבענדיג עטליכע שארפע סטעיטמענטס אקעגן סענדערס. די דעבאַטע איז געווען ווי א לעצטע שאַנס פאר די קאנדידאטן צו באקומען פרישע שטימען, בעפאר מען גייט צו סופער-טוסדעי. ווי די באריכטן צייגן, האט נאך סענדערס די גרעסטע שאַנס צו געווינען די דעמאַקראַטישע פריימעריס.

מאָנסי - מיט גרויס פרייד האבן אידן פון ארום דער וועלט נעכטן געהערט אז ר׳ יוסף ניימאן, וועלכע איז געפאלן אלס א קרבן פאר די בלוט-דורשטיגע רוצח ביי די שטעכעריי חנוכה אינעם פאָרשעי בית המדרש, האט שוין געעפענט זיין אויגן, און טוט שוין אטעמען אביסל אן קיין מאַשינען ב״ה.

וואַשינגטאָן - אמעריקאַנער געזונטהייט בעאמטע, האבן ארויסגעלייגט א מעסעדזש צו די אמעריקאַנער בירגער, אז זיי זאלן זיך גרייטן פאר א אויסברוך פונעם קאָראָנעוויירוס אין אַמעריקע, זאגענדיג ״עס איז מער נישט קיין פראגע אויב עס וועט אמאל פאסירן, עס איז א פראגע ׳ווען׳ עס גייט פאסירן, און וועט דאס וועט געשען, קען עס זיין זייער שלעכט!״

ניו יאָרק - די סטעיט פאליציי האבן געמאלדן אז זיי פלאנירן צו גיין פאראויס מיט זייער פלאן, צו אינסטאָלירן קערפער-קאַמערעס אויף אירע אפיצירן. ניו יאָרק איז געווען ביז יעצט, פון די איינצעלע סטעיטס וועלכע האבן נאכנישט געהאט אינסטאָלירט די סארט קאַמערעס אויף אירע אפיצירן און פאָליצייאישע אויטאס.

וואַשינגטאָן - א ניינצן יעריגער איינוואוינער פון אַרקענסאָ, איז ארעסטירט געווארן, נאך וואס ער האט פרובירט אויפצורייסן א באָמבע אין די פענטאגאן׳ס פאַרקינג-לאַט מאָנטאָג צופרי.

מערילאַנד - א באריכט צייגט, אז די סאָפטווער וואס די ען-עס-עי נוצט, צו רעקאָרדירן אלע פאָון-קאָללס און מעסעדזשעס וועלכע קומען פאר אין אַמעריקע, האט אפגעקאסט אין די פארגאנגענע פיר יאר, ארום הונדערט מיליאָן דאָלער. די באריכט צייגט, אז עס איז אויסגעקומען צו ניצן די סאָפטווער בלויז צוויי מאל דורך די עף-בי-איי. די באריכט האט באקומען פיל העצע צוליב די גרויסע שפענדונגען וועלכע פעלט נישט אויס.

ארץ ישראל - פאליציי האט נעכטן געכאפט א ריזן דראָגס לאַבאַראַטאָריע אין צענטער בני ברק, ווי עס איז איינגעפלאנצט הונדערטער מאריכואַנאַ ביימער, ווי די פאליציי זאגט, זענען עטליכע פון די איינגעפלאנצטע דראָגס שעדליך פאר׳ן מענטשהייט.  א 23 יעריגער פון בני ברק איז ארעסטירט געווארן.

כינע - פאלגענד האט איר די לעצטע ציפערן פונעם וויירוס. עס איז שוין פארהאן ארום 81.3 טויזענט אפעקטירטע, און 2,770 טויטע פונעם וויירוס. ווי אויך איז שוין פארהאן איבער 30.3 טויזענט מענטשן וועלכע זענען שוין ערהוילט געווארן פונעם וויירוס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל