עזה - איסלאַמישע דזשיהאַד׳ן האבן נעכטן געמאלדן אז זיי וועלן אפשטעלן זייערע ראַקעטן-שיסערייען צו ארץ ישראל אום 10 אזייגער ביינאכט, וויבאלד זיי האבן שוין געענדיגט זייער ״מיליטערישע מיסיע״. די נייעס איז געקומען, נאך וואס פרעמיער נתניהו האט געגעבן א שארפע רעדע פארענט פון א כיפת ברזל מאשין אין אשדוד, אז אויב די אטאקעס וועלן זיך נישט זאפארט אויפהערן, וועט זי אנהייבן אטאקירן טעראָר פירער, זאגענדיג ״מיר טוען אטאקירן ציהלן אין עזה... איך האב אויך א מעסעדזש צו טעראָר פירער, אויב עס וועט זיך נישט אפשטעלן די אטאקעס, זענט איר די קומענדיגע ציהל צו ווערן אומגעברענגט!״

דייטשלאַנד - א שרעקליכע טראַגעדיע האט נעכטן פאסירט ווען א רוצח האט ווילד אריינגעפארן אין א גרופע פון מענטשן ביי א פאַראַדע אינדרויסן פון בערלין. ארום דרייסיג מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן, אריינגערעכענט צען קינדער, און עטליכע זענען באריכטעט געווארן צו זיין אין א קריטישע צושטאנד. די רוצח איז ארעסטירט געווארן. דאס קומט בלויז איין וואך, נאך וואס א שיסעריי האט אויסגעבראכן אין דייטשלאַנד אויף א גרופע אימיגראַנטן, ווי צען מענטשן זענען אומגעקומען.

קאַליפאָרניע - די וועיפינג פירמע ״דזשול״ האט געמאלדן, אז זי ארבעט אויף א נייע סארט עלעקטראַנישע ציגארעטל, וועלכע וועט נאר ארבעטן פאר רייכערער פון העכער 21 יאר, עס איז נישט באריכטעט געווארן דעטאלן וויאזוי עס וועט ארבעטן. דאס קומט אין א צייט, וואס ״דזשול״ ליידט פון צענדליגע שווערע געלט-שטראפן פאר׳ן פארקויפן אירע ציגארעטלעך פאר אונטער 21 יעריגע.

וואַשינגטאָן - דעמאַקראַטישע סענאַטאַרן האבן געשיקט א בריוו צו די טראָמפ אדמינסטראַציע, אז טראָמפ זאל ארויפלייגן נייע סאַנקציעס אויף רוסלאנד, נאך די באריכט אז רוסלאנד פרובירט צו באאיינפלוסן די 2020 וואלן.

וואַשינגטאן - א באריכט צייגט, אז פרעזידענט טראָמפ באטראכט די אפציע פון ארויסווארפן כינעזער זשורנאַליסטן פון אַמעריקע. די נייעס קומט א וואך נאך וואס די כינעזער רעגירונג האט  ארויסגעווארפן דריי ״וואָל סטריט זשורנאַל״ זשורנאַליסטן פון כינע, נאך וואס די זשורנאַל האט געשריבן אין א נייעס איבער די וויירוס, אז ״כינע איז די עכטע קראנקע פארשוין פון אזיע״.

וואַשינגטאָן - דער 2020 פרעזידענט קאַנדידאַט בערני סענדערס, האט באקומען פיל קריטיק, נאך וואס ער האט געמאלדן אויף טוויטער אז ער וועט זיך נישט באטייליגן ביי די היי-יעריגע ״עיפאַק פאַליסי זיצונג״, צוליב וואס עיפאַק וועלכע איז א ״פראָו מדינת ישראל״ לאַביאיסטן אָרגאַניזאַציע, טוט נישט געבן נארמאלע רעכטן פאר די פאַלעסטינער, צולייגענדיג ״די פאַלעסטינער פארדינען פרידן און זיכערהייט״. די עיפאַק האט געענפערט מיט א שארפע טוויט, שרייבענדיג ״מיט׳ן לאזן אזא נער׳ישע סטעיטמענט אויף אן זיצונג ווי איבער 18 טויזענט אמעריקאנער בירגער באטייליגן זיך פון צענדליגע סארטן ראסעס, טוט סענדערס דערמיט אטאקירן די מיליאָנען אמעריקאנער בירגער וועלכע שטייען מיט מדינת ישראל, עס איז אן עכטע בושה!״ דזשאָו ביידען, מייק פענס און סעקרעטערי אָוו סטעיט מייק פאָמפעאָ האבן געמאלדן אז זיי וועלן זיך באטייליגן ביי די זיצונג.

כינע - גרויסע נייעס איז געווען ארום די וויירוס, ווען די צאל אפעקטירטע איז אריבער די 80 טויזענט ציפער, האלטענדיג ביי 80,348. אן איראַנער מיניסטער איז באריכטעט צו זיין אין א קריטישע צושטאנד פונעם וויירוס, עס איז פארהאן א שטארקע מעגליכקייט אז עטליכע אנדערע איראַנער מיניסטאָרן זענען אויך געווארן אנגעשטעקט. ווי אויך איז דער אמעריקאנער סטאַק מאַרקעט שטארק געפאלן צוליב די שטארקע צושפרייטונג פונעם וויירוס ארום דער וועלט, די דאַו דזשאָונס איז געפאלן מיט 3.5 פראָצענט, 1,032 פונקטן. עס איז שוין פארהאן 2,707 טויטע פונעם וויירוס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל