ניו יאָרק - א מאסיווע קידוש השם איז געווען, ווען אן ערל פון קענסאַס, וועלכע האט באקומען א מארך-ביין פון אן אָרטאָדאָקסישע איד פון לעיקוואָוד, האט זיך די פארגאנגענע וואך צום ערשטן מאל געטראפן מיט זיין נדבן אין מאַנהעטן, ווי זיי האבן זיך שטארק ארומגענומען, זייענדיג דער רעטער וועלכע האט אים געראטעוועט פון א זיכערע טויט. אין אן ענליכע נייעס, האט דער באקאנטער אידן-ליבהאבער און גאָווערנער פיל מורפי, געמאלדן אז ער האט באקומען קענסער אין זיין קידני, זאגענדיג אז ער איז אין א גוטע צושטאנד, און ער וועט אריבער גיין אן אַפעראַציע אין די קומענדיגע וואכן.

וואַשינגטאָן - טראָמפ׳ס נאציאַנאַלער זיכערהייט ראטגעבער ראַבערט אָוברייען, האט געזאגט אין אן אינטערוויא, אז עס איז נישט פארהאנען קיין באווייזן אז רוסלאַנד פרובירט צו באאיינפלוסן די 2020 וואלן, צו העלפן טראָמפ געוואונען די ווידערוויילונג, זאגענדיג אז די באריכט וועלכע איז ארויסגעקומען פון די שפיאנאזש קאמיטע איז נישט ריכטיג און פאלש.

נעוואַדאַ - האלטענדיג נאכ׳ן אפציילן 50 פראָצענט פון די קאַקוסעס, קומט בערני סענדערס אריין אלס די ערשטע קאַנדידאַט, האבענדיג מיט א שטארקע מערהייט פון 46.6 פראָצענט פון די וויילער, דערנאך איז דזשאָו ביידען, האבענדיג 19.3 פראָצענט, דאן איז פיטער בוטעזשעזש האבענדיג 15.4 פראָצענט און דערנאך עליזאַבעט וואָרען מיט 10.3 פראָצענט פון די שטימען. די נעוואַדאַ קאַקוסעס, איז געווען א גרויסע שטאפל צו זעהן, ווער עס וועט זיין די געווינער אין די פריימעריס, און לויט וויאזוי די אנקעטעס צייגן, איז פארהאן א שטארקע מעגליכקייט אז סענדערס וועט זיין די דעמאַקראַטישע געווינער.

אינדיע - אינדערצייט ווען די דעמאַקראַטישע קאַנדידאַטן שפילן זיך ארום ווער עס האט געהאט 10 טויזענט באטייליגטע ביי זייערע ראַללי, און ווער עס האט געהאט 20 טויזענט באטייליגטע, וועט פרעזידענט טראָמפ האבן די וואך זיין גרעסטע ראַללי אין היסטאָריע. טראָמפ רייזט אפ די וואך קיין אינדיע, ווי ער וועט באקומען קעניגליכע אויפנאמען, ווי א ראַללי אין א מאסיווע סטאַדיום, ווי איבער 100 טויזענט מענטשן וועלן זיך באטייליגן, א מאטארקאדע וועלכע וועט זיך ציען פאר איבער 14 מייל, און נאך. טראָמפ׳ס ציהל פון די דאזיגע רייזע, איז צו שליסן אן אפמאך פון 3.5 ביליאָן דאָלער ווערד אין אַמעריקאַנער העליקאַפטערס און אנדערע מיליטערישע מאַשינען.

ווערמאַנט - נייע באריכטן צייגן, אז רוסלאַנד טוט שטארק העלפן בערני סענדערס געוואונען די דעמאַקראַטישע פריימעריס, וועלכע וועט זיין די גרינגסטע פאר טראָמפ צו געוואונען אין די 2020 וואלן אין נאָוועמבער. די באריכטן וועלכע זענען געבויעט דורך פאליטישע סטראַטעגיסטן, ווייזן אז פרעזידענט טראָמפ האט אויך גענומען די דאזיגע סטראַטעגיע, צייגענדיג אויף טראמפ׳ס טוויטס ווי טראָמפ פליקט שטארק אריין אלע דעמאַקראַטישע קאַנדידאַטן, אבער סענדערס טוט ער אלס גראַטולירן.

כינע - די וויירוס האט אין די לעצטערע טעג, געזען א פיל-קלענערע אויפשטייג אין נייע אפעקטירטע-פעלער אין כינע, פאלגענד האט איר די לעצטע אָפדעיטס. עס איז שוין פארהאן ארום 79 טויזענט אפעקטירטע און 2,469 טויטע פונעם ווירוס, ווי אויך איז שוין פארהאן איבער 23.4 טויזענט וועלכע זענען שוין ערהוילט געווארן.

ארץ ישראל - ווי געשריבן, איז די אויפשטייג פונעם וויירוס אין כינע פיל-שוואכער געווארן, אבער אין אנדערע לענדער ווי ארץ ישראל, דרום קאָרעאָ, איטאַליע, איראַן און פילע אנדערע לענדער זענען די נייע פעלער פון אפעקטירטע דראסטיש געשטיגן, אין ארץ ישראל איז באריכטעט געווארן איבער פינף טויזענט מעגליכע נייע פעלער, אין דרום קאָרעאָ איז שוין פארהאן עטליכע הונדערט באשטעטיגטע פעלער, ווי אויך עטליכע טויטע, אין איראַן איז אויך באריכטעט געווארן צענדליגע נייע פעלער, אריינגערעכנט צוויי אפעקטירטע רעגירונגס בעאמטע. ווי א נייע ״וואָל סטריט זשורנאַל״ באריכט צייגט, איז א שטארקע שולד פאר די צושפרייטונג פונעם וויירוס ארום דער וועלט, קומט פאר אן אינטערנאציאנאלע זיצונג וועלכע איז פארגעקומען אין סינגאַפור די פארגאנגענע מאנאט, ווי איבער הונדערט מענטשן פון ארום דער וועלט האבן זיך באטייליגט, און כאשט איין כינעזער וועלכע האט זיך דארט געפונען איז געווען אנגעשטעקט פונעם וויירוס, צושפרייטענדיג אומוועלנדיג די וויירוס צו עטליכע באטייליגטע, ווי פון דארט, האט סיך די וויירוס צושפרייט ארום דער וועלט.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל