וואַשינגטאָן - ברעיקינג! באריכטן פון די ״וואַשינגטאָן פאָוסט״ און ״סי-ען-ען״ האבן געבראכן די נייעס נעכטן נאכט, אז דער אמעריקאַנער אטוירני דזשענעראַל וויליאַם באַרר, באטראכט די אפציע פון רעזיגנירן פון זיין אמט. כאטש, וואס די ווארטזאגערין פון וויליאַם באַרר האט דאן ארויסגעשיקט א סטעיטמענט, זאגענדיג ״די אטוירני דזשענעראַל האט נישט קיין פלענער צו רעזיגנירן״, האט אבער באַרר געזאגט די פארגאנגענע וואך אין אן אינטערוויא, אז פרעזידענט טראָמפ׳ס טוויטס איבער די יוסטיץ דעפאַרטמענט מאכן אים אוממעגליך צו טאן זיין דזשאַב.

מאָנסי - א שטעכעריי האט פאסירט אין די פינקעלשטיין ביבליאָטעק, ווי א טונקל-הויטיגע פארשוין האט געשטאכן א נישט-אידישע פרוי צום טויט, עטליכע אידן וועלכע זענען געווען אויפ׳ן סצענע האבן אראפגעהאלטן די כוליגאן ביז די לאָקאַלע פאליציי איז ערשינען.

וואַשינגטאָן - פרעזידענט טראָמפ האט נעכטן פאַרדאָנירט זיבן מענטשן און גענידערט טורמע שטראפן פאר פיר אנדערע מענטשן. עטליכע פון די דאזיגע מענטשן, וועלכע טראָמפ האט נאכגעלאזט זייערע שטראפן, זענען פאַפולערע מענטשן, ווי דער געוועזענע ניו יאָרקער פאליציי ‎קאָמישאַנער בערנאַרד קעריק, וועלכע איז געזיצן פאר׳ן שווינדלען שטייער און ליגנט זאגן פאר׳ן ווייסן הויז, דער געוועזענע אילינאָי גאָווערנער, וועלכע איז געזיצן אין טורמע פאר׳ן אויסניצן זיין מאכט אלס גאָווערנער צו פארקויפן אָבאַמא׳ס סענאַט זיץ ווען אָבאַמא איז געווארן פרעזידענט, צו שאפן געלט פאר זיין קאַמפיין און עטליכע אנדערע פאפולערע מענטשן.

נעוואַדאַ - האלטענדיג עטליכע טעג בעפאר די קאָקוסעס, קוקן אויס די אנקעטעס, ווי בערני סענדערס וועט געוואונען מיט א שטארקע מערהייט פון 27 פראָצענט שטימען, דאן וועט זיין ביידען מיט ארום 15 פראָצענט פון די שטימען און דערנאך בלומבערג און וואָרען מיט ארום 14 פראָצענט פון די שטימען.

ניו יאָרק - עטליכע גרויסע נייעס איז פארגעקומען ביי די בלומבערג קאַמפיין אין די לעצטע טאג, ווען די בלומבערג-קאַמפיין שטאב האט געמאלדן אז אויב וועט בלומבערג געוואונען די 2020 וואלן, וועט ער פארקויפן זיין ריזן ״בלומבערג על-פי״ נייעס סטאַנציע. בלומבערג וועט זיך אויך באטייליגן היינט נאכט ביי די דעמאַקראַטישע דעבאַטע צום ערשטע מאל, נאך וואס די אנקעטעס צייגן א שטארקע אויפשטייג פון שטימען פאר בלומבערג.

איראַן - אכט אַקטיוויסטן, אריינגערעכענט איינער וועלכע איז אן אַמעריקאַנער און בריטישע בירגער, זענען אורטיילט געווארן צו פיר ביז 10 יאר אין טורמע פאר׳ן שפיאָנירן פאר אַמעריקע.

מדינת ישראל - פרעמיער מיניסטער נתניהו האט געגעבן א סטעיטמענט איבער די קאָראָנעוויירוס, זאגענדיג ״מיר זענען גוט צוגעגרייט און מעגליך בעסער צוגעגרייט ווי אנדערע לענדער אין פאל די וויירוס ערשיינט אין ארץ ישראל, מיר האבן באוויזן אפצוהאלטן די וויירוס ביז יעצט, און מיר וועלן מאכן זיכער עס אפצוהאלטן ווי לאנג די אפציע איז אין אונזער הענט״. אין אן אנדערע נייעס, איז דער פראָצעס פון נתניהו באשטימט געווארן פאר מערץ 17, וועלכע איז 15 טעג נאך די וואלן.

כינע - פאלגענד האט איר די לעצטע אָפדעיט איבער די וויירוס אין כינע, עס איז שוין פארהאן איבער 75.3 טויזענט אפעקטירטע, 2,012 טויטע און איבער 15 טויזענט וועלכע זענען שוין ערהוילט געווארן פון די וויירוס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל