מאָנסי - היינט ארום 10:15 פארמיטאג, וועט זיך אנהייבן די געריכט פאר די געמיינע טעראָריסט גרעפטאָן טאָמאַס, וועלכע האט דורכגעפירט די בלוטיגע שטעכעריי ביים פאָרשעי בית המדרש עטליכע וואכן צוריק.

ווערמאַנט - דער 2020 פרעזידענט קאַנדידאַט בערני סענדערס האט ארויסגעגעבן א נייע קאַמפיין-ווידעאָ, וועלכע באציט זיך איבער סענדערס אידישער אידענטיטעט, זאגענדיג אינעם ווידעא ״מיין פאטער׳ס פאמיליע איז אומגעברענגט געווארן ביי די צווייטער וועלט קריג דורך היטלער׳ס רוצחים... עס איז נישט פארהאן קיינער וואס פארשטייט די לאגע איבער אַנטיסעמיטיזם ווי מיר... איך בין זייער שטאלץ צו זיין א איד, און איך קוק ארויס צו זיין די ערשטע אידישע פרעזידענט״. פון די ווידעא זעט אויס, ווי סענדערס זוכט שטארק צו ציען די אידישע וויילער צו שטימען פאר אים. די ווידעא איז שפעטער שטארק אראפגעריסן געווארן דורך די מידיא, נאכדעם ווי עס איז פארעפנטליכט געווארן אז די פרוי וועלכע רעדט און שפילט אויף די ווידעא, איז א פאַלעסטינער און האט פיינט אידן.

מעקסיקאָ - צוויי 2020 פרעזידענט קאנדידאטן, טאַם סטייער און עמי קלאבושאר האבן געליטן גרויסע בושות דורכאויס אן אינטערוויו, ווען זיי זענען געפרעגט געווארן איבער וואס זיי ווייסן איבער די מעקסיקאַנער לאנד און אירע בירגער, וועלכע זענען די גרעסטע היספאַנישע פאלק אין אמעריקע, און האבן נישט געוואוסט צו ענטפערן אפילו די נאמען פונעם מעקסיקאנער פרעזידענט.

מיסיסיפי - נאך עטליכע שווערע רעגנס אין די לעצטע צייט, קומט פאר שווערע פארפלייצונגען אין מיסיסיפי און טעקסאַס ווי אין געוויסע ערטער איז די וואסער ארום 37 פיס הויעך. איבער טויזענט היימען זענען באריכטעט געווארן פארפלייצט, עס איז נישט באריכטעט געווארן קיין פארוואונדעטע פעלער אין צוגאב צו די פארפלייצונגען.

קאליפארניע - דער עמעזאָן סי-אי-אָו און דער וועלטס רייכסטער מענטש דזשעף בעזאָס האט אַנאַנסירט, אז ער וועט געבן 10 ביליאָן דאָלער פון זיין געלט פאר זיין נייע ׳בעזאָס ערד פאָנד׳, וועלכע וועט קאַמפן אקעגן די אַפעקטן פונעם קלימאַט טויש.

ניו יאָרק - א פאליציי דעטעקטיוו איז באגאנגען זעלבסטמארד אין זיינע עלטערנ׳ס היים אין קווינס. דאס איז די ערשטע פאליצייאישע זעלבסטמארד פאל אין יאר 2020, די פארגאנגענע יאר איז געווען 10 זעלבסטמארד פעלער.

כינע - די אַפעקטן פונעם קאָראָנעוויירוס הייבט זיך שוין אן אנצוזען ביי די אַמעריקאַנער פירמעס, נאכדעם וואס ׳עפל׳ האט געמאלדן אז זי וועט נישט קענען דערגרייכן אירע פאראויס געשאצטע פארדינסטן פאר די קוואַרטאָל, צוליב וואס זי האט נישט געקענט פראדוצירן אין פארקויפן אירע מאַשינען אין כינע. טעסלאָ האט אויך געמאלדן אז איר נייע ׳מאַדעל 3׳ אויטא וועט ארויסקומען מיט עטליכע וואכן שפעטער ווי געפלאנט, צוליב וואס זי האט נישט געקענט פראדוצירן אירע אויטאס אין כינע. אין אן ענליכע נייעס איז באריכטעט געווארן אז דער דירעקטאָר פון א קאָראָנעוויירוס שפיטאל אין וואָהאַן איז איז געשטארבן פונעם וויירוס. עס איז שוין פארהאן איבער 73.4 טויזענט אַפעקטירטע און 1,874 טויטע פונעם וויירוס, ווי אויך איז שוין פארהאן איבער 13 טויזענט וועלכע זענען שוין ערהוילט געווארן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל