ארץ ישראל - א שרעקליכע טראָגעדיע האט פאסירט ווי אן אינגערמאן וועלכע האט גערייזט אויפ׳ן כביש 443 מיט זיין מאטאר-ביציקל צו ירושלים האט געמאכט א טראגישן עקסידענט מיט א טראק. ר׳ אברהם יהושע העשיל וויינבערג אן אינגערמאן פון בלויז 24 יאר, וועלכע האט חתונה געהאט בלויז צוויי מאנאטן צוריק, האט צוריק געגעבן זיין נשמה פאר׳ן רבוש״ע, ברוך דיין האמת.

איראַן - אומבאשטעטיגטע באריכטן צייגן אז איראַנער אויטאָריטעטן ווילן פארניכטן די היסטארישע קבר פון מרדכי ואסתר וועלכע ליגן אין חמדן, און אויפבויען אויף די ארט א קאָנסולאַט אפיס פאר די פאַלעסטינע רח״ל. די סטראשעס זענען געקומען פון די באוואפנטע באַסיזש גרופע, וועלכע זוכן צו נקמה נעמען אקעגן די אַמעריקאַנער-פאַלעסטינע שלום-פלאן.

וואַשינגטאָן - איבער 1,100 געוועזענע יוסטיץ דעפאַרטמענט ארבעטער האבן אין די לעצטע טעג ארויסגעשיקט בריוון אז דער אטוירני דזשענעראַל וויליאַם באַרר מוז רעזיגנירן פון זיין אמט, צוליב וואס ער האט די פארגאנגענע וואך געלאזט הערן אז ער וועט רעקאָמענדירן א גרינגע אורטייל פאר ראַדזשער סטאָון, וועלכע ווערט באשולדיגט פאר׳ן ליגנט זאגן פאר קאָנגרעס, און פאר׳ן געבן פאלשע עדות ביי די מוללער אויספארשונג. ראַדזשער סטאָון איז אן אלטע פריינד פון טראמפ, און די מעלדונג פונעם אטוירני באַרר אז ער וועט רעקאמענדירן א גרינגע שטראף, איז געקומען נאך וואס טראמפ האט געטוויט ׳אז מען באהאנדלט אומ׳יושר׳דיג סטאָון׳, וועלכע האט אנגעזייעט כאאס ביי די דעמאַקראַטישע פארטיי אז באַרר פאלגט נאך טראָמפ מיט בלינדע אויגן, און קען נישט פירן אליין די יוסטיץ דעפארטמענט.

איראַן - פרעזידענט כאַסאַן רוכאַני האט נעכטן געגעבן א רעדע איבער די לאגע מיט אַמעריקע, ווי ער האט געזאגט ״טראָמפ וועט קיינמאל נישט גיין אין קריג מיט אונז, טראָמפ ווייסט גאנץ גוט אז דאס וועט אים אונטערברענגען פאר די 2020 וואלן... מיר וועלן זיך נישט ברעכן פון זייער אזוי גערופענע ׳מאַקסימום פרעשור׳... מיר וועלן זיך נישט אראפ זעצן מיט די אמעריקאנער צום טיש, ווילאנג זי וועט צוריק שטעלן די 2015 נוקלעאַרן אפמאך... מיר איראַנער וועלן אבער נאך באווייזן צו ברענגען אונזער פיינט (אמעריקע) צום שלום-טיש!״

כינע - גרויסע נייעס זענען געווען ארום דער וויירוס אין די לעצטע טאג, ווען די ציפער פון די אַפעקטירטע איז אריבער די 70 טויזענט נומער, האלטענדיג ביי איבער 71.3 טויזענט אַפעקטירטע ארום די וועלט. עס איז שוין פארהאן איבער 1,776 טויטע פונעם וויירוס. ווי אויך איז באריכטעט געווארן, אז עס איז שוין פארהאן איבער 11.1 טויזענט אַפעקטירטע וועלכע זענען שוין דערהיילט געווארן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל