איד וועלכע האט געהאלפן אפשטעלן די מאנסי טעראר אטאקע זאגט אפ 20 טויזענט דאלער אלס ציוניזם!
מאָנסי - דער אינגערמאן וועלכע האט געהאלפן די אויטאריטעטן כאפן דער ברוטאלע מערדער פון די מאנסי שטעכעריי אטאקע ביים פארשעי בית המדרש, איז אנערקענט געווארן די פארגאנגענע דאנערשטאָג נאכט ביי א מסיבה אין וויליאמסבורג, נישט נאר פאר זיין העלדישקייט ביים אטאקע, נאר אויך פאר׳ן אפזאגן צו נעמען געלט פון א ציוניסטישע ארגאַניזאַציע.
ווי ר׳ יוסף גליק האט געזאגט פאר א לאָקאַלע נייעס דזשורנאַליסט וועלכע איז געווען ביים מסיבה ״האט ער געדארפט צו באקומען א 20 טויזענט דאלערדיגע טשעק פון די ׳דזשואיש פעדעראַציע פון ראַקלענד קאַונטי׳ און פון די ׳דזשואיש דעפענס ליגע׳, אבער נאכ׳ן זיך דורכרעדן מיט זיין רבי האט ער אפגעזאגט די געלט צוליב וואס עס קומט פון ציוניסטישע ארגאַניזאַציעס וועלכע שטימט נישט מיט זיין גלויבן, איך בין נישט געווען גרייט אויפצוגעבן מיין נשמה פאר צוואָנציג טויזענט דאָלער!״
לויט א באריכט אויפ׳ן ׳ישיבה וואָרלד ניוז׳ וועבזייטל, איז דער טעראריסט און נטורי קרתא׳ניק ׳דוד פעלדמאן׳ - וועלכע איז שוין צענדליגע מאל געזען געווארן זיך קושן מיט טעראריסטן אין איראנער פירער און בעטן זיך דערביי אז זיי זאלן פארניכטן ארץ ישראל רח״ל פון די מאפע - האט זיך אויך באטייליגט ביי די מסיבה אין וויליאמסבורג ווי ער האט אויך געגעבן אן אינטערוויאָ פאר די דזשורנאַליסטן.
ר׳ יוסף גליק האט באקומען ביים מסיבה א טשעק פון 20 טויזענט דאלער וועלכע איז געווארן צוזאמגענומען פון אנשי קהילה אלס הכרת הטוב און קידוש השם וועלכע איז געמאכט געווארן צוליב זיין אפזאג פאר זיין טשעק פון די ציוניסטישע ארגאַניזאַציע.

הוסף רשומת תגובה