מאָנסי - א אידישע זעקס יעריג יונגל איז שווער פארוואונדעט געווארן, נאכדעם וואס ער איז געווארן אראפגעקלאפט און ארומגעשלעפט דורך אן אויטא מוצאי שבת. יהדות החרדית ווערט געבעטן צו מתפלל זיין פאר׳ן קינד, די נאמען פונעם קינד איז נישט פארעפנטליכט געווארן.

ניו יאָרק - עטליכע קוועלער באריכטן אז דער 2020 פרעזידענט קאנדידאט מייקל בלומבערג, פלאנירט צו נעמען הילערי קלינטאָן אלס זיין וויצע פרעזידענט אויף זיין טיקעט. די נייעס איז נישט באשטעטיגט אדער אפגעלייקנט געווארן דורך בלומבערג׳ס קאַמפיין שטאב. אין אן ענליכע נייעס האט מעיאָר דעבלאַזיאָ אינדאָרסירט סענאַטאר בערני סענדערס פאר פרעזידענט, וועלכע איז א שטארקע טשעפע פאר בלומבערג וועלכע איז געווען יארן דער ניו יאָרקער מעיאָר.

ניו יאָרק - עמעזאָן פלאנירט אין די גאר נאנטע טעג אנצוהייבן די קאָנסטרוקציע ארבעט אויף איר מאסיווע פראָיעקט אין אָפסטעיט פאר א נייער ווערהאַוז. די ווערהאַוז וועלכע וועט זיין איבער א מיליאָן סקווער-פיס, וועט אויפלעבן די עקאָנאָמיע אין אָפסטעיט, ברענגענדיג פרישע דריי הונדערט קאָנסטרוקציע דזשאַבס און נאך אכט הונדערט דזשאַבס אין די ערשטע צוויי יאר פון ווען די קאָנסטרוקציע איז פארטיג. די פראָיעקט וועט אפקאסטן איבער 75 מיליאָן דאָלער, און ווי עמעזאָן זאגט, וועט זי ניצן איר נייע ווערהאַוז צו האלטן גרעסערע אייטעמס ווי מעבל און אנדערע גרויסע פעלד-מאשינען.

וואַשינגטאָן - די יוסטיץ דעפאַרטמענט האט געמאלדן אז זי האט פארמאכט דעם קעיס פונעם געוועזענער עף-בי-איי דעפיוטי דירעקטאָר ענדרו מעקעיב, וועלכע איז אנגעקלאגט געווארן צוויי יאר צוריק פאר׳ן ליגנט זאגן פאר פעדעראלע אויספארשער אונטער א שבועה איבער׳ן ליעקן אינפאָרמאַציע צו דער פרעסע. מעקעיב איז א שטארקע אנטי-טראמפ, און ער איז געווען דער וואס האט געעפענט די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג. די נייעס קומט אין א צייט וואס די דעמאקראטן טוען זיך רייצן מיט די יוסטיץ דעפארטמענט אז זי האט נישט קיין אייגענע ווארט, נאר אלעס פאלגן זיי טראמפ מיט בלינדע אויגן.

וואַשינגטאָן - אין א געווינס פאר עמעזאָן, האט א ריכטער געאורטיילט אז ׳מייקראָסאָפט׳ מוז אויפהערן ארבעטן מיט׳ן קאָנטראַקט, צו פראָדוצירן די נייע קלאַוד קאַמפיוטינג סאָפטווער פאר׳ן פענטעגאָן, צוליב עמעזאָנ׳ס טענות אז מייקראָסאָפט האט געוואונען דעם 10 ביליאָן דאָלערדיגן קאָנטראַקט נאר וועגן פרעזידענט טראָמפ׳ס האסע אקעגן דער סי-אי-או פון עמעזאָן וועלכע איז אויך די בעל הבית פון די לינקע וואַשינגטאָן פאָוסט צייטונג.

כינע - די טויטפעלער פונעם וויירוס האט היינט געמאכט א פרישע רעקאָרד, האלטענדיג ביי 1,671 טויטע, עס איז אויך באריכטעט געווארן אז עס איז פארהאן איבער 1,700 ‎דאָקטוירים און נורסעס וועלכע זענען אפעקטירט געווארן. דער כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג האט געזאגט אין א סטעיטמענט, אז ער האט שוין געוואוסט צו זאגן וועגן די קאָראָנעוויירוס עטליכע וואכן בעפאר עס האט אויסגעבראכן, און ער האט עס שוין דאן אנגעהויבן צו באקעמפן. עס איז שוין פארהאן ארום דער וועלט איבער 69 טויזענט אפעקטירטע פונעם קאָראָנעוויירוס.





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל