ארץ ישראל - נעכטן איז פארגעקומען די פראָצעס פון אליעזר בערלאנד איבער כשר׳ן געלט, רויבן געלט און א מעגליכע פארבינדונג מיט א קידנעפינג, די ריכטער האט אים געאורטיילט מיט נאך 8 טעג טורמע. הונדערטער אנהענגער פון בערלאנד זענען געשטאנען אינדערצייט פונעם פראָצעס פארענט פונעם געריכט-הויז זאגענדיג ׳תיקון הכללי׳, בעטענדיג פאר א גרינגע אורטייל.
מדינת ישראל - נאך עטליכע שארפע סטראַשעס וועלכע פרעמיער נתניהו האט געלאזט הערן אין די לעצטע טעג איבער א מאַסיווע אטאקע אויף כאַמאַס, אויב זי וועט נישט אויפהערן אריינצושיקן אירע לופט-באלונען און ראַקעטן, האט כאַמאַס געשיקט א מעסעדזש צו מדינת ישראל אז זי וועט אויפהערן אריינשיסן אירע לופט-באלונען און ראַקעטן.
וואַשינגטאָן - דער אַטוירני דזשענעראַל וויליאַם באַרר האט נעכטן אין א אינטערוויאו געטאן א דראסטישע שריט מיט׳ן זאגן אז פרעזידענט טראָמפ׳ס טוויטס מאכן אים אוממעגליך צו טון זיין דזשאַב, צולייגענדיג ״איך מיין אז עס איז צייט אז טראָמפ זאל אויפהערן טוויטן איבער די יוסטיץ דעפאַרטמענט״. באַרר האט אויך געזאגט אז טראָמפ האט אים נאך קיינמאל נישט געבעטן צו טאן עפעס אקעגן די געזעץ.
קאַליפאָרניע - די וועלטס רייכסטער מענטש ׳דזשעף בעזאָס׳ וועלכע איז ווערד ארום 132 ביליאָן דאלער, האט נעכטן גערודערט אין די נייעס נאך וואס ער האט געקויפט א נייע היים אין לאָס אַנדזשעלעס פאר׳ן פרייז פון 165 מיליאָן דאלער. די הויז וועלכע האט ארום 14 טויזענט סקווער-פיס, האט אן אייגענע גאַז סטאַנציע, א גאָלף רעזאָרט און הונדערטער אנדערע טייערע איינריכטונגען, עס איז איינע פון די טייערסטע היימען אין קאַליפאָרניע. עס איז איראניש, אז זיין נייער היים האט אים בלויז אפגעקאסט אן אַכטל פון א פראָצענט פון זיין ווערד.
וואַשינגטאָן - 55 סענאַטאַרן האבן נעכטן געשטומט איינצוצוימען פרעזידענט טראָמפ׳ס מאַכט, צו קענען דורכפירן אן אַטאַקע אויף איראַן אן ערלויבעניש פון קאָנגרעס. ספיקער פעלאָוסי האט אין א רעדע נעכטן געזאגט, אז זי וועט דורכפירן די שטימונג אינעם קאָנגרעס אין די קומענדיגע וואכן, צולייגנדיג ״פרעזידענט טראָמפ וועט וועטאָאירן דעם ביל, אבער עס איז גוט אז טראָמפ זאל זען אז די מערהייט פונעם סענאַט און קאָנגרעס זענען אקעגן אטאקירן איראַן אן די ערלויבעניש פון קאָנגרעס. טראָמפ האט געטוויט עטליכע טעג צוריק, שרייבענדיג ״עס איז זייער וויכטיג פאר די זיכערהייט פון אַמעריקע אז דער סענאַט זאל נישט שטימען אויף איינצוצוימען מיין מאַכט, יעצט איז נישט די צייט צו ווייזן שוואכקייט פאר איראַן״.
מדינת ישראל - נאך עטליכע שארפע סטראַשעס וועלכע פרעמיער נתניהו האט געלאזט הערן אין די לעצטע טעג איבער א מאַסיווע אטאקע אויף כאַמאַס, אויב זי וועט נישט אויפהערן אריינצושיקן אירע לופט-באלונען און ראַקעטן, האט כאַמאַס געשיקט א מעסעדזש צו מדינת ישראל אז זי וועט אויפהערן אריינשיסן אירע לופט-באלונען און ראַקעטן.
וואַשינגטאָן - דער אַטוירני דזשענעראַל וויליאַם באַרר האט נעכטן אין א אינטערוויאו געטאן א דראסטישע שריט מיט׳ן זאגן אז פרעזידענט טראָמפ׳ס טוויטס מאכן אים אוממעגליך צו טון זיין דזשאַב, צולייגענדיג ״איך מיין אז עס איז צייט אז טראָמפ זאל אויפהערן טוויטן איבער די יוסטיץ דעפאַרטמענט״. באַרר האט אויך געזאגט אז טראָמפ האט אים נאך קיינמאל נישט געבעטן צו טאן עפעס אקעגן די געזעץ.
קאַליפאָרניע - די וועלטס רייכסטער מענטש ׳דזשעף בעזאָס׳ וועלכע איז ווערד ארום 132 ביליאָן דאלער, האט נעכטן גערודערט אין די נייעס נאך וואס ער האט געקויפט א נייע היים אין לאָס אַנדזשעלעס פאר׳ן פרייז פון 165 מיליאָן דאלער. די הויז וועלכע האט ארום 14 טויזענט סקווער-פיס, האט אן אייגענע גאַז סטאַנציע, א גאָלף רעזאָרט און הונדערטער אנדערע טייערע איינריכטונגען, עס איז איינע פון די טייערסטע היימען אין קאַליפאָרניע. עס איז איראניש, אז זיין נייער היים האט אים בלויז אפגעקאסט אן אַכטל פון א פראָצענט פון זיין ווערד.
הוסף רשומת תגובה