נאכדעם וואס מיט א יאר צוריק עטליכע אמעריקאנער דיפלאמאטן האבן זיך אומגעקערט פון קובא מיט מיטסעריעזע סימפטאמען פון צומישעניש און הער-קראפט פארלוסט, האבן קאנאדער אויטאריטעטן געזאגט אז 14 קאנאדישע דיפלאמאטן אין קובא צייגן מאדנע סימפאטמען, און האט דעריבער באשלאסן צו אהיימרופן א גרויסע חלק פון איר דיפלאמאטישע דעלעגאציע קיין האוואנע. דערווייל איז נישטא קיין געהעריגע דערקלערונג פאר די ערשיינונג, און געוויסע וויסנשאפטלער באטראכטן די מעגליכקייט אז עס האנדלט זיך נישט פון קיין בייזוויליגע אטאקע נאר פון א געוויסע הייפאר-סאניק גערודער וועלכע געוויסע אינזעקן געבן ארויס, א גערודער וואס דער מענטשליכע אויער קען נישט אויפכאפן צוליב די הויכע אקטאווע, אבער עס מאכט שאדן צום מח.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל