האוואנא – די קובאנער רעגירונג זאגט אז דערווייל איז נישטא קיין גוטע הסבר איבער די אמעריקאנער אמבאסאדע איינגעשטעלטע וועלכע האבן געליטן סימפטאמען און וואונדן פאר זייער הער קראפט. די סטעיטמענט פון קובא איז געקומען, נאכדעם וואס דער אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט געמאלדן, אז נאך 2 אמבאסאדע איינגעשטעלטע זענען דיאגנאזירט געווארן מיט די מיסטעריעזע וואונדן. קובא זאגט אז עס איז אבער נישטא קיין שום סיבה פארוואס אמעריקע זאל ארויסגעבן א טרעוול אלערט קעגן קובא, זאגנדיג אז דאס איז אן אומנויטיגע פאליטישע פראוואקאציע, מיט'ן ציהל צו טשעפען די קובאנער רעגירונג און די בירגער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל