וואשינגטאן – דער פענטאגאן האט געמאלדן אז אן אמעריקאנער עירפארס פליגער האט אראפגעקראכט העכערן וואסער נעבן דרום יאפאן. דער עף-15 פליגער האט געקראכט נישט לאנג נאכן ארויספליען פון אמעריקע׳ס קאדענא עירפארס באזע. דער פילאט האט באוויזן ארויסצושפרונגען בעפאר דער פליגער האט אראפגעקראכט אין וואסער, און א מאסיווע זוך אקציע איז אונטערגענומען געווארן אים צו טרעפן, אבער זיין צושטאנד איז נישט זיכער. דאס קומט אין א צייט וואס די מיליטער באטראכט אינגאנצן אויפצוהערן נוצן די עף-15 פליגערס, צוליב פארשידענע פראבלעמען דערמיט, און ערזעצן די גאנצע פלאטע מיט נייע עף-16 "פאלקאן" פליגערס".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל