ניו יארק – אן אכציג שטאקיגע געביידע וועט היינט געעפנט ווערן ביים ווארלד טרעיד צענטער אין מאנהעטן, זייענדיג די דריטע נייע וואלקנקראצער געביידע געענדיגט צו ווערן ביים ארט וואו עס זענען געשטאנען אמאל די צווילינג טורעמעס. דער "נומער 3 ווארלד טרעיד צענטער" געביידע, וועלכע איז 1,079 פיס הויך, צייכנט אפ א גרויסע טריט אינעם צוריקבוי פונעם גאנצן ארט, און דאס בויען דער געביידע איז פארשלעפט געווארן דורך לאנגע יארן פון געפעכטן צווישן רעגירונג אגענטורן, טרעיד צענטער דעוועלאפער לערי ליכטנשטיין, אינשורענס פירמעס און סעפטעמבער עלעווען געליטענע, וועלכע האבן עכט געוואלט אז דאס גאנצע ארט זאל זיין בלויז מעמאריעלס און נישט פרישע געביידעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל