ניו יארק – סטאק מארקעטס איבער דער וועלט האבן נעכטן געצייגט ערנסטע וואקלענישן, צוליב זארג פון די גלאבאלע כאאס און אומרואיגקייט, נאכדעם וואס אמעריקע און די וועלט'ס לענדער האבן זיך געריסן ביים דזשי-7 סאמיט. נעכטן האט מען געהערט פון דייטשלאנד׳ס קאנצלער אנגעלע מערקעל, אז די אייראפעאישע יוניאן וועט אין די קומענדיגע טעג מעלדן האנדלס שטראפן אויף אמעריקע. מערקעל זאגט אז די האנדלס שטייערן וועט זיין אין רעאקציע צו טראמפ׳ס שטייער שטראפן אויף אייראפעאישע אייזן און אלומינום, אויפן זעלבן פארנעם ווי קאנאדע האט שוין געמאלדן נקמה שריט צו טראמפ׳ס אייזן און אלומינום שטייערן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל