דאקטוירים זאגן אז די צושטאנד פון די 24 אמעריקאנער וועלכע זענען באטראפן געווארן פון די מיסטעריעזע אטאקע אויף די אמעריקאנער אמבאסאדע אין קובא ווערט ארגער און ארגער, און נאכדעם וואס עס האט זיך אנגעהויבן מיט הער-פארלוסט און דאן שוועריגקייטן מיט׳ן זעהן און מיט האלטן דעם באלאנס. די דאקטוירים זאגן אז זיי האבן געפונען ערנסטע שאדן פאר׳ן מח וואס טוט אפפרעגן די ערשטע שפעקולאציע אז די אטאקע איז געקומען פון אן אפאראט וואס האט געמאכט קולות וואס די מענטשליכע אויער קען נישט הערן און נישט דערהייבן, נאר אנדערש פון פיל מער פארגעשריטענע טעכנאלאגיע. און עס בלייבט דערווייל א מיסטעריע אויף וועלכע די עף-בי-איי און סי-איי-עי ארבייטן שוין מאנאטן אינאיינעם מיט עקספערטן צו דערייגן וואס עס קען זיין.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה